🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח תשרי תשפ״ה · Oct 20, 2024 · 11:19 PM
#405
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שמעון יעראסלאוו'ער זי"ע וועמענס יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם ט"ו תשרי - יום א' דסוכות,
אזוי אויך האט דער רב פארציילט מעשיות ווען רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז געווען אויף שבת חוה"מ סוכות אין בארא פארק, און נאך.

אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יעקב יצחק ווינקלער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו - מגבאי בית מדרשינו לרגל די שמחת השלום זכר לבנו הנולד לו למז"ט,
מ'האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף היוז סטריט אין באגלייטונג פון צענדליגער בחורי חמד און יונגעלייט וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט צו אנפרעגן פילע שאלות איבער ענינים העומדים על הפרק, און אזוי אויך האט מען ארומגערעדט זכרונות פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

= וביום השבת קודש =

אום 9:45 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,

בעל תפילה פסוקי דזמרה: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א,
בעל תפילה שחרית ואמירת הלל: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו,
נאך הלל האט הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש געעפנט דעם ארון הקודש און מען האט געזאגט הושענות.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר שלום שמעי מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה, און הר"ר חיים הערש הורוויץ שליט"א,
בעל קורא: הר"ר משולם פייש הורוויץ שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה,
כהן: הבה"ח זלמן לייב בן הגה"צ ר' יואל גלאנץ ני"ו,
לוי: הר"ר אברהם יצחק מאשקאוויטש שליט"א,
חמישי: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' אלי' שמחה וויזענפעלד הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' אלעזר מויזקאפף הי"ו.

בעל תפילה מוסף: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רב איז אהיים לביתו.

= רעווא דרעווין =

אום 6:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו,

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נתן יואל שווארץ הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' אלי' לייב טרעגער הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברוינער הי"ו.

דער רב איז אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול, און זיך געוואשן צו שלש סעודות,

דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מען האט געזינגען ניגוני חג הסוכות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר שלום שמעי מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה,
שיר המעלות: הר"ר יעקב משה מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה דרך התורה.

דערנאך האט דער רב געזאגט תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'בסוכות תשבו שבעת ימים, כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל', און געפרעגט פילע דקדוקים וקושיות, צווישן אנדערע וואס איז די דאפעלט לשון, און וואס איז די נתינת טעם.

דער רב האט ארומגערעדט פונעם ענין אז רוחניות מיט גשמיות קענען נישט גיין צוזאמען, חוץ װען מ'האט אינזין ביים עסן אז מ'זאל דורכדעם קענען דינען דעם אויבערשטן, און ארויסגעברענגט אז דאס האט יעקב אבינו געבעטן ווען ער איז ארויס פון א"י 'אם יהיה אלקים עמדי וגו' ונתן לי לחם לאכול', ביז יעצט האב איך געקענט אינזין האבן דעם אויבערשטן ביים עסן ווייל אוירא דארץ ישראל מחכים, אבער אפי' אין חו"ל זאל איך אויך קענען.

דער רב האט ארויסגעברענגט אויף למעשה אז ס'איז א פארדארבענע וועלט וואס ווערט נאר מער און מער גשמיות'דיג, ס'איז זייער שווער אינזין צו האבן דעם אויבערשטן,
דער אויבערשטער האט אבער געוואלט אז כאטשיג יעצט נאך יום כיפור זאל א איד דאס קענען באווייזן, האט דער אויבערשטער אראפגעשיקט די אושפיזין עילאין אין די סוכה,
און די גמ' זאגט אז אפי' א חרש שוטה וקטן קען שרייבן א גט ווען ס'איז גדול עומד על גביו, ווייל דעמאלטס איז דא דעת, און דער זיידע ז"ל דער הייליגער עצי חיים זאגט לגבי די הקפות שמח"ת אז ס'איז לאו דוקא א גדול וואס לעבט, קומט דאך אויס אז ווען די אושפיזין קומען אריין אין די סוכה איז א גדול עומד על גביו, איז דא דעת.
👁 32