🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״א תשרי תשפ״ה · Oct 13, 2024 · 5:04 PM
#373
אום 6:55 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו כל נדרי,
דער רב איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "כל נדרי דרשה" וואס האט אויפגעשאקעלט יעדן נפש וואס האט זיך דארט געפונען, ווערנדיג נתעורר פון די גאר ווארעמע ווערטער פונעם רב,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'כי ביום הזה יכפר לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' תטהרו', דער רב האט ארויסגעברענגט אז אלע עבירות וואס אידן טוען איז נאר ווייל זיי האבן א יצר הרע, ווייל אידן ווילן באמת זיין גוט און זיך אויפפירן ערליך,
צווישן אנדערע האט דער רב נאכגעזאגט די גמ' אז מ'האט געפרעגט איינער פון די תנאים וואו דער אויבערשטער טובל'ט זיך, ס'קען נישט זיין אז אין וואסער ווייל די וואסער פון די גאנצע וועלט איז דאך נישט גענוג פאר'ן אויבערשטן, האט דער תנא געענטפערט אז די טרערן וואס קומט ארויס פון אידישע קינדער זענען רוחניות'דיגע טרערן און דאס ווערט אזויווי פייער, און דער אויבערשטער טובל'ט זיך אין דעם פייער,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז 'השוכן אתם בתוך טומאותם', דער אויבערשטער גייט מיט צוזאמען מיט א איד אפילו ווען ער טוט ח"ו אן עבירה, און וועגן דעם דארף זיך דער אויבערשטער טובל'ען ווייל ער איז געווארן טמא פון די עבירות וואס מ'האט געטוהן צוזאמען מיט אים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער צרות ישראל און דערביי אויסגעשריגן בקול נהי ובכי נישט איבערלאזנדיג קיין טרוקן אויג אין ביהמ"ד בזה הלשון: "מורי ורבותי! דא שטייט פאר ענק א טאטע פון א קינד, קינדער דארפן האבן א מאמע! כ'בעהט ענק זייטס מתפלל פאר מיר אויך!
אונז געדענק מיר נאך ווי דער רבי ז"ל פלעגט בעטן מ'זאל מתפלל זיין פאר אים, בעט איך יעצט אויך רייסט איין פאר מיר",
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב נאכזאגנדיג דערביי די משנה אין מס' שבת 'שלשה דברים צריך אדם לומר ערב שבת עם חשכה, עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר', און די גמ' זאגט אויף דעם 'וצריך למימרינהו בניחותא', האט דער רב אויסגעטייטשט אז די דריי זאגן גייען ארויף אויף בני חיי ומזוני, עשרתם איז מלשון עושר, ערבתם מיינט אז ס'זאל זיין זיס, דאס מיינט אז מ'זאל זיין געזונט, און הדליקו את הנר איז מרמז אויף בני אזויווי ס'שטייט אין פסוק 'נר השם נשמת אדם', האט דער רב אויסגעפירט מיט א קול געשטיקט פון טרערן, מיר שטייען יעצט ערב שבת עם חשכה, בעהט מען דעם אויבערשטן וואס איז שומר משמרתו של תורה, זאל זאגן די דריי זאכן, און ער זאל עס זאגן בניחותא, מ'זאל שוין געהאלפן ווערן מיט אלע השפעות טובות.

לעת כניסת היום אום 7:25 האט דער רב געזאגט ווידוי אינאיינעם מיט'ן ציבור כמנהג רבותינו הקדושים זי"ע מיט בכיות עצומות,
דערנאך איז הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו נתכבד געווארן ארויסצונעמען דעם ספר תורה און עס איבערגעבן פאר'ן רב,
מיט'ן ספר תורה אין די הענט האט דער רב ממשיך געווען די דרשה און בבכיות עצומות געוויינט צו די תורה אז ער זאל ממליץ טוב זיין אויף כלל ישראל,
דער רב האט צום ערשט ארויסגעברענגט אז ס'איז האמת גרויסע בושות אז מ'דארף איבערבעטן דעם ספר תורה, מ'האט ליידער נישט אזוי גוט געלערנט, און נישט געפאלגט אלעס וואס די תורה הייסט,
אבער דערנאך האט דער רב גערעדט צום ספר תורה און ארויסגעברענגט אז סוף כל סוף, מ'האלט שוין שנת תשפ"ה, און אזויפיל אידן לערנען, ס'איז דא טויזנטער כולל יונגעלייט, די כח התורה היינט צוטאג איז מורא'דיג גרויס, אן אונז האסטו נישט גארנישט, קיינער קוקט דיך נישט נאר אונז אידן, ממילא נעם דיר אן פאר אונז,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל אויס'פועל'ן אלעס גוטס, און ווערן אנגעשריבן צו א גוט געבענטשט יאר, א שנת גאולה וישועה.

נאך די דרשה האט דער רב פארגעזאגט די פסוקים 'אור זרוע' און 'פלגי מים' איין מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיט'ן ספר תורה וואו דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג,
במשכ'ן ארומגיין אין ביהמ"ד האט דער רב געזאגט די פסוקים נאך זעקס מאל.

ביים צוריקקומען צום עמוד האט זיך דער רב אראפגעזעצט און געזאגט די שטיקל זוהר 'קם רבי שמעון',
דער רב האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן "כל נדרי" וואס האט געדויערט א לענגערע צייט פארזאגנדיג די געהויבענע תפילה באש להבת שלהבת אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור מיט א קאך און א ברען אויפוועקנדיג יעדעס אידיש הארץ לתשובה ולתיקון המעשים,
די ספרי תורה האבן געהאלטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י ומח"ס שו"ת וישב יוסף.

מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק, הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״א תשרי תשפ״ה · Oct 13, 2024 · 5:04 PM
#372
🌴בצל מורינו🌴
= יום הקדוש שנת תשפ"ה בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ברוב פאר והדר בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל =

ערב יום טוב אום 10:50 אינדערפרי איז דער רב אנגעקומען קיין קרית יואל וואו דער רב האט געפראוועט דעם געהויבענעם יום טוב בקרב קהילתינו הק' בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
דער רב איז צוגעפארן לביתו.

אום 1:05 נאכמיטאג האט זיך דער רב געוואשן צום ערשטן סעודה לכבוד היום בביתו אינאיינעם מיט די בני המשפחה,
דערנאך אום 1:20 האט מען געעפנט דעם טיר פאר די פילע אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם סעודה,
במשכ'ן סעודה האט מען געזינגען ניגוני ימים נוראים,
ביים לחיים האט דער רב געוואונטשן 'א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר',
אין די זופ איז געליגן קרעפלעך כנהוג,
דער רב האט פארגעזינגען דעם פיוט "ירצה" מיט גרויס התעוררות ובקול בכי, אויף די ניגון פון אהבה רבה וואס איז נתחבר געװארן דורך הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.

דערנאך האט דער רב געזאגט תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף די ווערטער אינעם פיוט 'בצל קורתך באו בנים אשר נגרשו וכו' מחר יהיה האות הזה', און ארומגערעדט מיט בכיות נוראות איבער דעם גרויסן זמן אין וואס מ'גייט אריין און אז מ'זאל זעהן עס אויסצונוצן ווי ס'דארף צו זיין,
ביז ס'קומט אן דעם יום הדין ווייסט מען נישט צו מ'האט א דין בנים למקום צו מ'האט א דין עבדים למקום, און אין דעם ווענדט זיך צו תשובה העלפט, ווייל אב שמחל על כבודו, כבודו מחול, אבער מלך שמחל על כבודו, אין כבודו מחול, אבער ווען ס'קומט דעם יום הדין און דער אויבערשטער דערמאנט זיך די עבודה פון די אבות הקדושים, איז זיכער אז מיר זענען בנים למקום, און ס'העלפט תשובה,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אידן ווילן באמת זיין גוט, און דער יצר הרע איז דער וואס מאכט אז מ'זאל זינדיגן,
דער רב האט ארויסגעברענגט - געבויעט אויף א מעשה פון איינער פון די צדיקים - אז די גאנצע סיבה פארוואס מען פירט זיך צו עסן אום ערב יום כיפור, איז נאר כדי ס'זאל נתגדל ונתקדש ווערן שם שמים, מ'זאל האבן כח אויסצושרייען שמע ישראל,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, מ'זאל זיך אויסבעטן אלעס גוטס, און אויס'פועל'ן אלעס גוטס און קענען אנקומען צו א ריכטיגע תשובה.

מיט'ן בענטשן האט דער רב מכבד געווען בנו הר"ר אלעזר שליט"א,
מען האט געענדיגט דעם סעודה ארום 2:15.

במשך א לענגערע זמן פון קרוב צו צוויי שעה צייט האט זיך געשלענגעלט א רייע פון א ריזן ציבור אנשי שלומינו תושבי קרית יואל וועלכע האבן געווארט אריינצוגיין צום רב שליט"א לברך ולהתברך איידער דעם גרויסן טאג יום הקדוש,
דער רב האט יעדעם געבענטשט און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

אום 3:40 איז דער רב אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול וואו דער רב איז געגאנגען אינעם פריוואטן מקוה.

ארום 4:05 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און אנגעצינדן די גרויסע יו"כ ליכט ביים עמוד,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה,
בעל תפלה: הר"ר שרגא גאנדל שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 4:35,
נאך מנחה זענען נאך הונדערטער אנ"ש אריבערגעגאנגען לברך ולהתברך ביים רב שליט"א לקראת יום הקדוש.

פון דארט איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף צאנז קט. וואו דער רב האט אנגעוואונטשן אמו הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש לקראת יום הקדוש,
און דערנאך אהיים לביתו וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת המפסקת אויף א פריוואטע פארנעם.

פאר'ן זמן איז דער רב געגאנגען אין מקוה לכבוד היום אין די פריוואטע מקוה בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך אהיים לביתו וואו דער רב האט אנגעצינדן די נרות יו"ט,
דער רב האט געמאכט די עטיפה מיט א ברכה אויפ'ן אייגענעם טלית, ווען דערביי איז געליגן אויפ'ן טיש דעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו וואס דער רב האט אנגעטוהן תיכף פאר'ן גיין אין ביהמ"ד.

= ליל כל נדרי =

במשך אלע תפילות דורכאויס גאנץ יום הקדוש איז דער היכל הביהמ"ד געװען פול מן הקצה אל הקצה אריינגערעכנט אלע פליגלען, קוים קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין און מיטהאלטן די געהויבענע תפילות אין דעם הייליגן טאג יום כיפור ביים רב שליט"א.
👁 23
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״א תשרי תשפ״ה · Oct 13, 2024 · 1:21 PM
#371
🌴בצל מורינו🌴
= יום הקדוש תשפ"ה בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בקרב קהילתינו הק' בק"י =

זמן הדלה"נ: 6:06.
זמן מוצאי יו"ט: 7:32.

דער רב שליט"א וועט אריינקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום דרשת כל נדרי אום: 6:50.

זמן שחרית יום הקדוש: 7:30.
תפילת מוסף: 1:00.
תפילת נעילה: בערך 6:05.

א גמר חתימה טובה - א גוט יו"ט.
~🌴~
👁 25
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״א תשרי תשפ״ה · Oct 13, 2024 · 1:19 PM
#370
🌴בצל מורינו🌴
= ערב יום הקדוש 1:10 נאכמיטאג =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין צום ערשטן סעודת יו"ט בביתו,
מען וועט עפענען דעם טיר פאר'ן ציבור תיכף נאכ'ן זיך וואשן.

נאכ'ן סעודה וועט זיין א געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו תושבי קרית יואל צו קענען אריבערגיין לברך ולהתברך ביים רב שליט"א לקראת יום הקדוש.

א גוט יו"ט.
~🌴~
👁 28
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ט׳ תשרי תשפ״ה · Oct 11, 2024 · 10:59 AM
#369
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת ברכה א' - ערב יום הקדוש =

ארום 5:00 באשמורת הבוקר איז דער רב אנגעקומען אין בנין ישיבה לצעירים וואו דער רב האט מקיים געווען די מנהג פון 'שלאגן כפרות' בחדרו הפרטי,
דערנאך האט דער רב ממנה געװען האברך ר' מרדכי הערש ליכטענשטיין הי"ו זאל טראגן די כפרה צום שוחט הרה"ח ר' רפאל ג'ברא הי"ו, און מ'זאל עס כשר מאכן.

אום 5:30 איז דער רב אריינגעקומען אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות,
בעל תפילה: הר"ר אהרן צבי וועבער הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 5:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 6:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט ארום 7:25, דער רב האט געלייגט רבינו תם'ס תפילין, דערנאך זענען פילע אנשי שלומינו אריבער לברך ולהתברך לרגל דעם געהויבענעם זמן.

אום 7:40 איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש איז אריין צום רב און געגעבן לעקעך כנהוג בערב יום הקדוש.

במשך א לענגערע זמן פון איבער א שעה צייט האט זיך געשלענגעלט א רייע פון א ריזן ציבור אנשי שלומינו תושבי וויליאמסבורג וועלכע האבן געווארט אריינצוגיין צום רב שליט"א לברך ולהתברך איידער דעם גרויסן טאג יום הקדוש,
דער רב האט יעדעם געבענטשט און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

צוליב דעם גרויסן ציבור, האט מען נישט געהאט די מעגליכקייט אריינצולאזן קיין בחורים זיך בענטשן, אויפ'ן וועג ארויס האבן זיך די צענדליגער בחורי חמד אויסגע'שורה'ט לענגאויס די גאנצע וועג ביז אינדרויסן פונעם ביהמ"ד, דער רב האט יעדעם געגעבן די הענט און ווארעם אנגעוואונטשן.

ארום 8:45 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

אום 9:35 האט זיך דער רב ארויס געלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט וויילן במשך יום הקדוש און פראווענען דעם יום טוב בקרב קהילתינו הק' בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

א גמר חתימה טובה.
~🌴~
👁 30
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ט׳ תשרי תשפ״ה · Oct 11, 2024 · 9:48 AM
#368
🌴בצל מורינו🌴
= ערב יום הקדוש 9:35 אינדערפרי =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארלאזט יעצט ביתו אין וויליאמסבורג אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט אפרעכטן דעם הייליגן טאג 'יום כיפור' בקרב קהילתינו הק' בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

דער רב וועט פראווענען די סעודת יו"ט היינט אום 12:30 מיטאג בביתו אויף 59 פארעסט רד.,
מ'וועט עפענען די טיר פאר'ן ציבור תיכף נאכ'ן זיך וואשן צו קענען מיטהאלטן די סעודה אין אזא געהויבענע טאג,
דער רב וועט משמיע זיין דברי תורה בדברי התעוררות והכנה צום גרויסן טאג.

נאכ'ן סעודה וועט זיין א געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו אריבערצוגיין לברך ולהתברך לקראת יום הקדוש.

דער רב וועט אריינקומען צו תפילת מנחה בהיכל בית מדרשינו הגדול אום 4:00,
פאר מנחה וועט דער רב אנצינדן די נרות ביים עמוד.

נאך מנחה וועט זיין נאך א געלעגנהייט אריבערצוגיין לברך ולהתברך.

א גמר חתימה טובה - א גוט יו"ט.
~🌴~
👁 27
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ח׳ תשרי תשפ״ה · Oct 10, 2024 · 10:42 PM
#367
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת ברכה א' - שלש עשרה מידות =

אום 5:30 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין היכל תהילות יהוסף בבית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות,
בעל תפלה: הר"ר אברהם חיים מוטצען שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה,
מ'האט געענדיגט ארום 6:10, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ג ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מ'האט געענדיגט ארום 9:40, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם'ס תפילין.

ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו אמירת כל ספר תהילים,
בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 12:10.

פאר קריאת הקרבנות האט דער רב געזאגט ווידוי הגדול דרבינו נסים מיט שטארקע בכיות,
דערנאך האט מען געליינט די קרבנות,
בעל קורא: הרה"ג אברהם יודא פאללאק שליט"א - אב"ד לאנדסבורג.

ארום 1:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען צום וואסער אויף דיוויזשאן עוו. קארנער קענט עוו. צו אמירת תשליך ברוב עם,
דער רב האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב,
מען האט געענדיגט ארום 1:10, און דער רב איז אהיים לביתו.

ארום 7:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג', און תפילת מעריב ארום 7:35 אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 27
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ח׳ תשרי תשפ״ה · Oct 10, 2024 · 4:58 PM
#360
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי אמירת כל ספר תהילים און ווידוי הגדול דרבינו ניסים, היינט יום שלש עשרה מדות בהיכל בית מדרשינו הגדול.
~🌴~
👁 31
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ח׳ תשרי תשפ״ה · Oct 10, 2024 · 4:57 PM
#359
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת ברכה א' - יום ו' עשי"ת =

אום 5:30 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין היכל תהילות יהוסף בבית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
מ'האט געענדיגט ארום 6:15, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ב ע"ב - נ"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב'.

ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם בנין התלמוד תורה אויף ווייט עוו. וואו עס איז פארגעקומען דעם פארהער פון אלע תלמידי כתה מכינה לישיבה אויף גאנץ מסכת קידושין וואס איז געלערנט געווארן במשך די לעצטע יאר בסדרי הלימוד אין ת"ת, און די בחורים האבן עס איבערגע'חזר'ט דורכאויס די לעצטע פאר וואכן זיך גרייטנדיג צו דעם גרויסן פארהער דורכ'ן רב שליט"א,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און פאר איבער אנדערהאלבן שעה פארהערט די תלמידים פרעגנדיג עטליכע שאלות פון יעדע בחור באזונדער שעפנדיג דערביי גרויס קורת רוח,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין התלמוד תורה ארום 5:40.

דערנאך ארום 6:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

אום 10:00 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ח׳ תשרי תשפ״ה · Oct 10, 2024 · 4:57 PM
#358
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ברכה א' - יום ה' עשי"ת =

אום 5:30 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין היכל תהילות יהוסף בבית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות,
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים דוב בלוישטיין הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 6:15, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ב ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג'.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בבית מדרשינו הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 25
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ו׳ תשרי תשפ״ה · Oct 8, 2024 · 8:25 AM
#354
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת ברכה א' - יום ד' עשי"ת =

אום 5:30 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין היכל תהילות יהוסף בבית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות,
בעל תפלה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
מ'האט געענדיגט ארום 6:15, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ב ע"ב - נ"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 10:00.

אום 7:05 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 21
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ תשרי תשפ״ה · Oct 7, 2024 · 10:51 AM
#353
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ברכה א' ~ יום ג' עשי"ת ~ צום גדלי' =

אום 5:30 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין היכל תהילות יהוסף בבית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 6:15, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

אום 7:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 8:40 אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ביים אנקומען אין ק"י איז דער רב אריבער צו ביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און דערנאך אינאיינעם מיט רבינו שליט"א אריבערשפאצירט לבית מדרשינו הגדול צום דרשת שבת שובה וואס דער רבי האט משמיע געווען פאר אלפי אנ"ש,
אויפ'ן וועג האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער דאווענען פאר'ן עמוד אין די הייליגע טעג, און איבער די סוגיא פונעם שבת שובה דרשה.

דער רב איז אנגעקומען אין ביהמ"ד אינאיינעם מיט רבינו שליט"א אום 5:40,
צום ערשט האט מען געדאווענט תפילת מנחה - ויחל,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דעם שבת שובה דרשה מעוטף בטליתו, בדברי דרוש ופלפול אין די סוגיא פון 'מצוה לאו ליהנות נתנו' און ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות פאר א לענגערע צייט,
מ'האט געענדיגט אום 7:35.

נאך עטליכע מינוט ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט רבינו שליט"א,
מ'האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 25
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ תשרי תשפ״ה · Oct 7, 2024 · 8:20 AM
#348
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א שפאצירנדיג אינאיינעם מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפן וועג לבית מדרשינו הגדול אין ק"י צום דרשת שבת שובה דורך רבינו שליט"א נעכטן זונטאג פארנאכטס.
~🌴~
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ תשרי תשפ״ה · Oct 7, 2024 · 8:19 AM
#347
= ליל שבת קודש פרשת האזינו - שבת שובה =

ארום 7:00 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה,
בעל תפילה קבלת שבת ומעריב: הרה"ח ר' הלל הערשקאוויטש הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 8:20, און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמעי' פרידלענדער הי"ו,
בעל תפילה שחרית: הרה"ח ר' בנימין זאב שווארץ הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו,
שלישי: הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
חמישי: הרה"ח ר' יצחק מיטטעלמאן הי"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הרה"ח ר' יואל יצחק שפיטצער הי"ו - מנאמני בית הרב שליט"א,
מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.

בעל תפילה מוסף: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.

דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען די קידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל הרה"ח ר' יצחק מיטטעלמאן הי"ו, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה,
מ'האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רב איז אהיים לביתו.

= רעווא דרעווין ונעילת החג =

ארום 6:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
כהן: הרה"ח ר' יוסף ארי' סאנדער הי"ו,
לוי: הר"ר שמואל דוד הורוויץ שליט"א,
שלישי: הרה''ג ר' ברוך בערגער שליט"א - ממישקאלץ,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

דער רב האט זיך געוואשן צו של"ס, און דערנאך אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
ביי לחיים האט דער רב געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר אין אלע ענינים", מען האט מאריך געווען א לענגערע צייט מיט ניגוני ראש השנה וימים נוראים,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'הלה' תגמלו זאת עם נבל ולא חכם, הלא הוא אביך קנך, הוא עשך ויכוננך' און אויסגעטייטשט אויך עטליכע אופנים געבויעט אויף די ווערטער פונעם זיידן ז"ל דער הייליגער ייטב לב, און דער קדושת לוי, און נאך.

צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז ראש השנה ביים דאווענען איז א זמן פון פחד אזויווי מ'זאגט 'וייראוך כל המעשים',
אבער איינמאל מען ענדיגט דאווענען, און מ'האט געטוהן וואס דער אויבערשטער האט פארלאנגט, איז מען בטוח אינעם אויבערשטן אז מיר האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס, און ממילא דארף מען זיין פרייליך, און אזויווי ס'שטייט טאקע אין פסוק 'לכו אכלו משמנים כי חדות ה' הוא מעוזכם'.

דער רב האט דערנאך ארומגערעדט איבער די צוויי זמני תשובה וואס מ'האט, ראש השנה און יום כיפור, וואס לויט דעם וואס מ'האט יעצט געזאגט, קומט אויס אז נאך ראש השנה האט מען שוין אויס'געפועל'ט אלעס גוטס און מ'דארף זיין פרייליך, אויב אזוי וואס איז יעצט די טעג פון שלש עשרה מדות און יום כיפור?
האט דער רב עס מסביר געווען מיט א מעשה וואס איז געווען ביי מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע וואס האט געזאגט פאר א חתן וואס זיין יום החופה איז אויסגעפאלן אום ר"ח אז ער זאל פאסטן עטליכע טעג פריער און דעמאלטס זאל ער תשובה טוהן אויף די עבירות וואס ער האט געטוהן ביז דעמאלטס, און ביום החופה זאל ער נאכאמאל תשובה טוהן אויף די עבירות פון די עטליכע טעג,
האט דער רב ארויסגעברענגט אז עס שטייט דאך אין פסוק 'אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא', און 'לב יודע מרת נפשו' אז ביז יום כיפור האט מען שוין ליידער אזויפיל נייע עבירות, אז מ'קען שוין נאכאמאל תשובה טוהן,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל האבן אויס'געפועל'ט אלעס גוטס, און האבן א גמר חתימה טובה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם ליבערמאן הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל פריינד הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, דער רב האט צוריקגעוואונטשן "א גוטע וואך און א גוט יאר",
מ'האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

= ויה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון =
~🌴~
👁 20
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ תשרי תשפ״ה · Oct 7, 2024 · 8:19 AM
#346
= ליל ב' דראש השנה =

ארום 7:05 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.

נאך א קורצע הפסקה האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יעקב יצחק קארפען הי"ו,
נאך תפילת מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט,
מען האט געענדיגט ארום 8:20, און דער רב איז אהיים לביתו.

= יום ב' דראש השנה =

ארום 7:45 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
דער רב האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
שחרית: הר"ר אלעזר מענדל פילעפף שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק'.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן;
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' און הרה"ג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה,
דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט בהתעוררות רב אנגעטוהן מיט'ן קיטל און ווייסע קאפל,
כהן: הר"ר יעקב ברז"ל גליק שליט"א,
שלישי: הרה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א,
רביעי: הרה"ח ר' יושע ראזענבערג הי"ו,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 11:45,
עס איז געווען פויזע, דער רב איז געגאנגען אין מקוה כהכנה לתקיעת שופר און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.

ארום 12:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד מעוטף אינעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רב איז ארויף אויפ'ן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה",
דער רב האט בקול בכי מעורר געווען אלע מתפללים צו תשובה ותיקון המעשים,

צווישן אנדערע האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסע זמן אין וואס מ'שטייט, דעם יום הדין ראש השנה, ובפרט דאס יאר וואס מ'גרייט זיך צו א שבת קודש,
דערביי האט דער רב נאכגעזאגט אז אפי' ס'איז וויכטיג אויסצונוצן די צייט ראש השנה, דארף מען זיך נאכאלץ צויאגן ווייל ס'קומט שבת,

דער רב האט ארויסגעברענגט א לימוד זכות אויף אידישע קינדער אז אפי' מען קען באמת מתפלל זיין און זיך צו אויסבעטן א גוט יאר ביז'ן זמן שבת קודש, מיט דעם אלעם יאגן זיך אידן ווייל מ'וויל זיך צוגרייטן צום שבת קודש, און מ'וויל חס ושלום נישט מאכן קיין חילול שבת, מ'לייגט אוועק די אייגענע צרכים פאר'ן אויבערשטן'ס וועגן,

דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, אז מ'זאל זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה, ס'זאל שוין מער נישט זיין קיין צרות ביי כלל ישראל, און מ'זאל שוין זוכה זיין צום ריכטיגן ישועתן ושמחתן של ישראל בביאת גואל צדק בב"א.

דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' און הרה"ח ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו.

דער רב האט געמאכט די ברכות תקיעת שופר באש להבת שלהבת מיט א קאך און א ברען, און דאן געבלאזן די תקיעות דמיושב,
פאר די ברכה האט דער רב אנגעטוען א נייע טלית צו קענען מאכן די ברכת שהחיינו,
בעל מקריא איז געווען חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
בעל מקריא איז געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש',
דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה וואו דער רב האט פארגעדאווענט בהתעורורות רב וברגש קודש וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות וואו דער רב האט מאריך געווען בבכיות רב,
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' ברוך שטערן הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שלום סטראלאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 4:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 19
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ תשרי תשפ״ה · Oct 7, 2024 · 8:18 AM
#345
ארום 12:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד מעוטף אינעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רב איז ארויף אויפ'ן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה",
דער רב האט בקול בכי מעורר געווען אלע מתפללים צו תשובה ותיקון המעשים,

דער רב האט מעורר געווען די זכות פונעם נסיון פון עקידת יצחק, און ארויסגעברענגט אז די עיקר נסיון איז געווען אז די גאנצע וועלט האט געלאכט פון אברהם אבינו ווען ער איז אהיימגעקומען פונעם עקידה נאך וואס שרה אמינו איז נפטר געווארן באותו הזמן,

דער רב האט מאריך געווען בבכיות עצומות איבער די צרות ישראל, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט וויפיל לבבות נשברות ס'איז ליידער דא ביי כלל ישראל זאגנדיג בזה הלשון: "עס איז מיר אויסגעקומען א טאג פאר ערב יום טוב צו גיין באזוכן א קרוב מיינער אין שפיטאל, די ווענט אין שפיטאל ממש וויינען דארט, מען טרעפט אידן, און זיי זאגן ווען דו דאווענסט ראש השנה, האב מיר אינזין, איך וויל שוין אהיימגיין צו מיין משפחה, צו מיינע קינדער", וגעו כל העם בבכיה ווען דער רב האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די וויי געשריי איבער די מצב פון אידישע קינדער פון אלע שיכטן און קרייזן,

דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, אז מ'זאל זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה, ס'זאל שוין מער נישט זיין קיין צרות ביי כלל ישראל, און מ'זאל שוין זוכה זיין צום ריכטיגן ישועתן ושמחתן של ישראל בביאת גואל צדק בב"א.

דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' און הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דער רב האט געמאכט די ברכות תקיעת שופר באש להבת שלהבת מיט א קאך און א ברען, און דאן געבלאזן די תקיעות דמיושב,
בעל מקריא איז געווען חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ קרית ויואל משה דקהילתינו הק',
בעל מקריא איז געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש',
דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט בקול חוצב להבות אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות וואו דער רב האט מאריך געווען בבכיות רב,
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' בנציון איצקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 20
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ תשרי תשפ״ה · Oct 7, 2024 · 8:18 AM
#344
🌴בצל מורינו🌴
= יו"ט ראש השנה שנת תשפ"ה בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ברוב פאר והדר בקרב קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג =

במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ"ד געװען פול מן הקצה אל הקצה, אריינגערעכנט דעם נייעם צוגעלייגטן פליגל פון טויזנט זיצן, קוים קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין און מיטהאלטן די געהויבענע תפילות אין די טעג פון ראש השנה ביים רב שליט"א.

די תפילות זענען אפגעראכטן געווארן מיט א מורא'דיגע דערהויבענקייט און ווארעמקייט,
ובפרט תפילת המוספין וואו מ'האט געהאט די זכי' אז דער רב האט יורד געווען לפני התיבה און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.


עריו"ט פארנאכטס ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט די לעצטע תפילה פונעם יאר מיט גרויס התעורורות ובכיות,
דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די יערליכע מגבית פאר'ן "כולל תורה ויראה" וומ"ס מיט אירע איבער 600 לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ומרבני כוללינו,
ארום 7:45 האט מען אנגעהויבן תפילת מעריב,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעדאווענט די ערשטע תפלה פונעם יאר ברשפי אש קודש,
נאך מעריב האט דער רב פארגעזאגט 'לדוד מזמור' בהתלהבות אש קודש, מען האט געענדיגט ארום 8:30.

נאכן דאווענען האט דער רב אנגעוואונטשן 'לשנה טובה' פאר די רבני ודייני קהילתינו הק' אויפ'ן אויבנאן,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואו דער רב האט יעדן ווארעם אנגעוואונטשן בצהלת פנים,
עס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט קרוב צו צוויי שעה ווען דערביי האט זיך אנגעזעהן א ריזן ציבור אנשי שלומינו, זקנים עם נערים וואס זענען געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו וואונטשן 'לשנה טובה' ביים רב,
דערנאך דער רב איז אהיים לביתו, אויפ'ן וועג אהיים זענען פילע אידן צצוגעגאנגען וואונטשן לשנה טובה וועלנדיג אריינכאפן א ברכה פונעם רב אויפ'ן נייעם יאר.

= יום א' דראש השנה =

ארום 7:45 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
דער רב האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
שחרית: הרה"ג ר' אלתר טייטלבוים שליט"א - ר"מ במתיבתא ק"י.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן;
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', און הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א - אב"ד ראצפערט,
דער רב איז געווען בעל קורא און פארגעליינט בהתעוררות רב אנגעטוהן מיט'ן קיטל און ווייסע קאפל,
כהן: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' יושע ברי"מ געלבשטיין הי"ו,
רביעי: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' יצחק ב"ר מרדכי מיטטעלמאן הי"ו, דערביי האט דער רב קורא שם געווען לבתו הנולדת לו למז"ט, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו,
נאכ'ן ליינען האבן די פילע געסט גומל געבענטשט,
מען האט געענדיגט ארום 11:50,
עס איז געווען פויזע,
דער רב איז געגאנגען אין מקוה כהכנה לתקיעת שופר און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
👁 20