🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ׳ תשרי תשפ״ה · Oct 22, 2024 · 12:56 AM
#410
דער רב האט נאכאמאל גערעדט פאר די תלמידי הישיבה ארויסברענגענדיג ענינים הנוגעים אויף למעשה קומענדיגע יאר וועם מ'גייט אריין אין ישיבה גדולה,
צווישן אנדערע איבער די לימודי הישיבה, אז מ'האט אפגעשמועסט אז מ'וועט לערנען מסכת שבת, און איין סדר וועלן נאר די תלמידי הישיבה לערנען הל' טריפות יורה דעה חלק א', מ'זאל זיך זעהן צו האלטן צו די לימודים מיט א שטארקייט, ס'וועט זיין ספעציעל פאר ענק,
דער רב האט געבעטן אז מ'זאל זיך ווייטער צוזאמהאלטן צווישן זיך, העלפן איינער דעם צווייטן שטייגן.

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען דעם בעל אכסניא ר' יואל,
נאכ'ן בענטשן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין פאר א לענגערע צייט ברשפי אש אריינשלעפענדיג אלע תלמידי הישיבה אין די העכערע ספערן,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.

נאכ'ן סעודה ארום 11:50 איז דער רב אנגעקומען צום שלחן הטהור פון מר אביו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל אושפיזא דרבינו - אושפיזא דאהרן אינעם סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול אין ק"י,
נאכ'ן טיש ארום 12:20 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין ווילאמסבורג.

א גוטן מועד.
~🌴~
👁 31