🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ל׳ תשרי תשפ״ה · Nov 1, 2024 · 3:11 PM
#454
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת נח - אדר"ח חשון =


ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ז ע"א וע"ב,

מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען געווען רביעי,
נאכ'ן ליינען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און דערנאך געדאווענט תפילת מוסף אין חדר ב'.

א גוטן חודש.
~🌴~
👁 33
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ל׳ תשרי תשפ״ה · Nov 1, 2024 · 8:05 AM
#453
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת נח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ו ע"ב - נ"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב',
ביים ליינען איז דער רב געגאנגן הגבה.

נאך שחרית האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צום שמחת החאלאקע פונעם אייניקל, הילד אברהם חיים בן לבנו הרב ר' יואל שליט"א חתן הגה"צ אב"ד לינסק ב"פ שליט"א.

דער רב איז אנגעקומען צום שטוב פון חותנו כ"ק גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א וואו עס איז פארגעקומען דעם חאלאקע,
דער עלטער זיידע בארא פארק'ע רב האט אפגעשוירן עטליכע האר, דער רב האט אפגעשוירן עטליכע האר, און דערנאך די איבריגע בני המשפחה.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר בנו הרב יואל און פאר חותנו בארא פארק'ע רב.

נאכ'ן אפשערן איז מען אריבער צום בנין התלמוד תורה דקהילתינו הק' אין בארא פארק וואו עס איז פארגעקומען דעם מעמד 'חדר פירן',
מ'איז אריין אינעם כרם מנחם זאל וואו עס זענען געווען פארזאמעלט אלע קלענערע קינדער - תלמידי הת"ת,
ביים אריינקומען האבן די קינדער געזינגען עטליכע ניגונים.

דער מלמד הר"ר נפתלי הירצקא ברילל שליט"א האט געלערנט די אלף בית מיט'ן אינגל, און דערנאך געגעבן צו לעקן די האניג, מ'האט געזאגט די פסוקים תורה צוה וכו' כנהוג,
דערנאך האט דער אינגל אויסגעטיילט די פעקלעך פאר אלע קינדער.

דער אינגל איז ארויפגעקומען אויפ'ן אויבנאן, און בארא פארק'ע רב שליט"א האט געגעבן מזל טוב, און דערנאך האט דער רב שליט"א געגעבן מזל טוב,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר חותנו בארא פארק'ע רב, פאר בנו הרב ר' יואל און פאר נכדו הילד, און דערנאך געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א משמיע געווען דברי תורה לכבוד השמחה,
מ'האט געזינגען ניגוני שמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט אויסגעטייטשט עטליכע פסוקים פון די וואכעדיגע פרשה לרגל די שמחה, און דערנאך ארויסגעברענגט פאר די קליינע קינדער זאכן וואס מ'קען זיך אפלערנען,
דער רב האט געזאגט פאר די קינדערלעך אז מ'זאל זעהן צו לערנען און דאווענען ערליך פאר'ן אויבערשטן און זיך פירן מיט אלע מידות טובות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער אויבנאן ארויסגעלאזט אין א ריקוד פאר לענגערע מינוטן,
די מלמדים זענען אריבער וואונטשן מזל טוב,
מ'האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ארום 2:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 5:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען בבית הרה"ח ר' יעקב צבי היימאנן הי"ו, וואו עס איז פארגעקומען דעם סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' יעקב צבי הי"ו, און איז אריינגעגעבן געווארן אויפדערנאכט אין ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' בוומ"ס,
דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נדבן ובני משפחתו.

ארום 7:15 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הישן סאוט אכט דקהלתינו הק',
דערנאך איז דער רב אריבער אין ביהמ"ד החדש לב אהרן דקהלתינו הק' וואו עס איז פארגעקומען דעם הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יעקב הערש היימאנן הי"ו,
דער רב האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די פייערדיגע ריקודין בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רב פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נדבן ובני משפחתו,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 8:00.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

אזוי אויך האט זיך דער רב משתתף געווען ביים לוי' פון הרה"ח ר' אברהם יצחק פראנצויז ע"ה פארענט פון ביהמ"ד אויף קליימער סטריט, דערנאך האט דער רב מלוה געווען די מיטה פאר א שטיק צייט,
דערנאך האט זיך דער רב ווייטער באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 33
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט תשרי תשפ״ה · Oct 31, 2024 · 7:32 PM
#448
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רב מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יעקב מאשקאוויטש ע"ה אין ק"י.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין ווילאמסבורג.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת התנאים פון הכלה בת ש"ב הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד סיגוט מאנסי, בן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א, עב"ג החתן אברהם שלמה ני"ו בן הרב יושע העשיל זילבער שליט"א בן הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים וחתן הגה"צ אב"ד פריימאן וומ"ס שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און פאר די חשוב'ע זיידעס שליט"א.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 32
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט תשרי תשפ״ה · Oct 31, 2024 · 7:32 PM
#447
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת נח =

אין די צופרי שעה'ן האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט פון וויליאמסבורג אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס בערג.

ארום 9:25 איז דער רב אנגעקומען אינעם מחנה בית רחל קעמפ אין סאוט פאלסבורג נ.י. וואו עס איז פארגעקומען די 'יום החתנים' פאר די הונדערטער חתנים דקהילתינו הק' מכל רחבי תבל וואו עס ווערן געהערט תוכנ'פולע דרשות פון פילע מגידים אנצוגרייטן די חתנים צום יום חתונתם ושמחת לבם.

ביים אנקומען איז דער רב אריין בחדר הפרטי,
ארום 9:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הבה"ח בצלאל בראך ני"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 10:40, און די חתנים זענען אריבער שלום נעמען,
דער רב האט געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און דערנאך זענען די עסקני מפעל 'בית נאמן' צוגעגאנגען שלום נעמען און מ'האט ארומגערעדט איבער די גרויסע הצלחה פון די פארגאנגענע יום חתנים פון וואס דער רב האט געהאט קענטיגע קורת רוח, און דערביי איבערגעגאנגען מיט'ן רב די פלענער פאר'ן היינטיגן טאג,
דערנאך איז דער רב אריבער צום חדר הפרטי.

אום 11:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט משמיע געווען די צענטראלע דרשה פאר די הונדערטער חתנים בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
דער רב האט ארומגערעדט גאר שטארקע דברי הדרכה והשקפה מלא חיזוק מוסר והתעורורת וואס וועט באגלייטן די חתנים אויף א גאנץ לעבן,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים אין תהלים קאפיטל נ"א 'הרב כבסני מעוני ומחטאתי טהרני' וכו', און דערביי ארומגערעדט א לענגערע צייט בעניני תשובה ותיקון המעשים, ארויסברענגנדיג אז דער אויבערשטער איז נאר מוחל אויב מען טוט תשובה,
דערביי האט דער רב נאכגעזאגט פארוואס מ'זאגו 'קל ארך אפים אתה ובעל הרחמים נקראת', און מ'זאגט נישט ובעל חסד, ווייל כידוע אז חסד איז אפי' מען בעהט נישט, און ביי עניני תשובה איז דער אויבערשטער נאר מוחל אויב מען בעהט, דער רב האט מאריך געווען אין די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון תשובה ובפרט פאר די חתונה,
דער רב האט ארויסגעברענגט די הארבקייט פון בין אדם לחבירו, און דערביי דערציילט עטליכע היינטיגע מעשיות וואס האבן פאסירט.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון מתפלל זיין אויפ'ן לעבן, קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין נאך די חתונה, מ'קען שוין יעצט זאגן תהלים, ביי יעדע תפילה זאל מען אינזין האבן, ובפרט ביים יום החופה וואס די שמן המוכשר דערפאר,
קיינער ווייסט דאך נישט אויף וואס מ'דארף אלץ בעטן, אבער דער אויבערשטער זאגט דו בעהט נאר וויפיל דו קענסט, די איבריגע וועל איך שוין צולייגן.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז עס מאכט זיך ביי פילע יונגעלייט נאך די חתונה, מ'האט שאלות, מ'ווערט צומישט, פארלוירן, און צוקלאפט, ס'איז דא מורי הוראות, ס'איז דא חתן מדריכים, מ'זאל קיינמאל נישט פרעגן קיין האקעלע שאלות וואס פון איינער וואס איז כאטשיג דאפעלט אזוי אלט ווי דיר, און דערביי האט דער רב דערמאנט אז מ'דארף טאקע וויסן צו וועלכע חתן מדריך מ'גייט, ווייל ס'איז דא היינט ליידער אסאך וואס זענען נישט אזוי אויסגעהאלטן.

דער רב האט ממשיך געווען מיט עטליכע נקודות וואס זענען נוגע במשכ'ן חתונה, און דערביי ארויסגעברענגט אז יים זיך גרייטן צום חתונה זאל מען וויסן וואס ס'איז די עיקר און וואס ס'איז די טפל, און ביים חתונה אליינס זאל מען טאנצן אויף אן איידעלן וועג, מיט'ן שטריימל אויפ'ן קאפ, מיט איידעלע מוזיק וכדו', מען שפירט בכלל נישט קיין שמחה ביי די חתונות וואס ס'איז דא נישט איידעלע מוזיק וכדו'.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט פונעם לעבן פון א יונגערמאן נאך די חתונה, ענינים פון שלום בית, און נאך,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זיך גרייטן מיט די ריכטיגע הכנה, מ'זאל קענען תשובה טוהן באמת, און זוכה זיין צו א גליקליך לעבן.

דער רב האט פארענדיגט דעם דרשה אום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם קעמפ אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
👁 35
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ח תשרי תשפ״ה · Oct 30, 2024 · 2:19 PM
#446
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת נח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ה ע"ב - נ"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד'.

ארום 6:45 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטע נאכט.
~🌴
👁 35
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ח תשרי תשפ״ה · Oct 30, 2024 · 11:17 AM
#439
0:18 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:41 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארץ הי"ו היושב ע"פ אשתו / אמם ע"ה נעכטן אויפדערנאכט בבית הנפטרת אין וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 36
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ז תשרי תשפ״ה · Oct 29, 2024 · 12:20 PM
#437
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת נח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ה ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג.

דערנאך איז דער רב געווען אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארץ הי"ו היושב ע"פ אשתו / אמם ע"ה,
און אויף ניחום אבלים ביי משפחת פעלבערבוים היושב ע"פ אביהם הרה"ח ר' שמואל יודא ע"ה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 29
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ו תשרי תשפ״ה · Oct 28, 2024 · 8:53 AM
#435
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת נח =

נעכטן מוצאי שבת קודש האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג נאכ'ן וויילן אויף יום טוב בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין קרית יואל.

היינט זונטאג אום 10:00 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' הלל יושע קליין ע"ה וואו עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן לעילוי נשמתו דורך בני משפחתו,
דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בני המשפחה.

אום 5:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 6:50 איז דער רב אנגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום הכנסת ספר תורה וואס איז נתנדב געווארן לעילוי נשמת הרה"ח ר' הלל יושע קליין ע"ה,
דער רב האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די פייערדיגע ריקודין בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רב פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בני המשפחה,
נאכ'ן הכנסת ספר תורה בזמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחת הבר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הרה"ח ר' יואל לאנדא הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן טאטן ר' יואל און פאר די זיידעס.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 33
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ה תשרי תשפ״ה · Oct 27, 2024 · 6:17 PM
#431
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים כתיבת האותיות היינט נאכמיטאג אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' הלל יושע קליין ע"ה.
~🌴~
👁 36
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״א תשרי תשפ״ה · Oct 23, 2024 · 3:56 PM
#429
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג יום ד' דחוה"מ סוכות =

אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
דער רב האט אפגעראכטן די עבודת נענועים באש קודש, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.

= ליל הושענה רבה =

דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

אום 9:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו קריאת משנה תורה,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
מען האט געענדיגט אום 11:30.

ארום 11:45 איז דער רב אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה צום סעודת הושענא רבה,
דער רב האט איינגעלאדנט די אושפיזין און זיך געוואשן סעודה,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזויווי יו"ט,
במשכ'ן סעודה האט מען געזינגען פילע ניגוני התעוררות, ניגוני ימים נוראים, און נאך.

נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן 'א גוט קוויטל' פאר'ן גאנצן ציבור,
מיט די שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען:
הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו,
הרה"ח ר' דוד באש הי"ו,
הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען די פלאם פייערדיגע דרשת הושענא רבה כמנהג רבותינו הקדושים לבית סיגוט, דברי תורה בדברי התעוררות וכיבושין מיט בכיות נוראות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן קאפיטל שיר המעלות מממעקים קראתיך השם און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים במשכ'ן דרשה.

אבותינו ורבותינו פלעגן זאגן דעם דרשת הושענא רבה, אויפדערנאכט, און מיט בכיות, אנגעהויבן פונעם זיידן ז"ל דער הייליגער ישמח משה,
זיי פלעגן זאגן דעם באקאנטן משל, און דער רבי ז"ל פלעגט עס זאגן צופרי פאר די הושענות, מיט'ן מלך װאס איז געקומען אין שטאט, און ס'איז געווען עטליכע ערליי מענטשן וואס זענען געקומען אין אנדערע צייטן, דער וואס איז אנגעקומען ווען דער מלך געזעגנט זיך שוין פון שטאט, איז א גרויסע בושה, אבער אז ער זאגט אז קומט לכבוד המלכות, קען מען אים נאך אננעמען.

דער רב האט אויסגעשריגן אז מ'קען נאך איינרייסן, דער רבי ז"ל פלעגט בעטן אז מ'זאל אים אינזין האבן מיט גרויס עניוות אז ער גארנישט, ער האט געבעטן אז מ'זאל מתפלל זיין פאר אים אז ער זאל האבן די זכי' צו זאגן אמת'דיגע דיבורים פאר'ן אויבערשטן, וואס קענען מיר שוין זאגן.

אידישע טרערן פעלט זיך אזוי וויכטיג אויס, הושענא רבה קען מען אריינכאפן און אויס'פועל'ן, מ'זאל נישט ארויסלאזן דעם געלעגנהייט.

משיח שטייט יעדע יאר ביים כסא הכבוד און בעהט אז ער זאל קומען, יעדע יאר גייט ער ארויס מיט גרויסע בושות, יעדער באקומט וואס זיי ווילן און ער נישט,
אבער משיח קומט יעדע יאר מיט א פרישע טענה, די מצב פון כלל ישראל איז ערגער און ביטער, לויט די היינטיגע מצב און ביטערקייט אפשר איז שוין געקומען די צייט, דער שטן ווייסט אז משיח איז גערעכט, און טראכט אז אפשר יעצט וועט מען אים נאכגעבן, און וועגן דעם ווערט די שטן צומישט ראש השנה, און וועגן קען זיין א מ'וועט דאס יאר אויס'פועל'ן אפי' מ'האט ביז יעצט נישט געקענט,
אפי' ס'איז אזא שווערע וועלט, פונדעסטוועגן דאך איז דא א ציבור אידן וואס קומען זיך צוזאם און בעטן עד מתי.

דער זיידע ז"ל דער ברך משה האט געטייטשט הושענא למענך בוראינו, באשעפער איז שולדיג אז מ'זעהט אזוי אױס, לך לאומן שעשאני.

דער רב האט נאכגעזאגט אז דער באשעפער הערט געווענליך נישט אױס די תפילות אויב מ'האט א פארשמירט פנים, מ'האט נישט קיין צלם אלוקים, הראיני את מראיך און נאכדעם השמיעיני את קולך, אבער הושענא רבה זאגט מען פאר'ן אויבערשטן קוק נישט אויף מיין פנים, אינווייניג וויל א איד זיין גוט.

אידן זענען אין גלות, מ'איז אין די אייגענע גלות, מ'איז געפאנגען ביי זיך, די מלאכים פון די עבירות צווינגן צו טוהן ווײטער, אבער והוא יפדה את ישראל מכל עונותיו, דער באשעפער וועט אויסלייזן אױך פון די אייגענע גלות.

יעדע תנועה קלה, יעדע קרעכץ פון א איד, איז מורא'דיג חשוב און טייער און עס ברעכט אויף אייזערנע טויערן, מיט דעי ביסל וואסער קען מען פועל'ן אלעס.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז דער אויבערשטער זאל מצרף זיין די תפילות פון אבותינו ורבותינו הקדושים, מ'וועט זיכער פועל'ן, דער באשעפער וועט אונז אויסלייזן, ס'וועט זיין א שנת אורה, ברכה, גאולה וישועה, דער טאטע זז"ג וועט אונז פירן בקרוב קעגן משיח צדקינו בב"א.

דער רב האט געבענטשט על הכוס,
מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט וויילן אויף יו"ט שמיני עצרת און שמחת תורה בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

א גוט קוויטל.
~🌴~
👁 41
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״א תשרי תשפ״ה · Oct 23, 2024 · 3:56 PM
#428
🌴בצל מורינו🌴
= הושענא רבה שנת תשפ"ה =

מ'קען שוין הערן א רעקארדירונג פונעם פייערדיגן דרשה דברי תורה בדברי כיבושין והתעוררות לכבוד הושענא רבה געזאגט געווארן דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א נעכטן ביים סעודת ליל הושענא רבה במעמד אלפי אנשי שלומינו אינעם סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
מ'קען עס הערן אויף קול סאטמאר 718-689-1010 #1-0, מ'קען עס איבערהערן אויף #4-1-4 פון די מעין מעניו.

= לכו בנים שמעו לי יראת ה' אלמדכם ~ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה' =

א גוט קוויטל.
👁 40
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ׳ תשרי תשפ״ה · Oct 22, 2024 · 11:44 PM
#419
🌴בצל מורינו🌴
= ליל הושענא רבה 11:40 ביינאכט =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין אין סוכה הגדולה שע"י בית מדרשינו הגדול צום סעודת הושענא רבה.
~🌴~
👁 39