🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ׳ תשרי תשפ״ה · Oct 22, 2024 · 10:36 AM
#411
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג יום ג' דחוה"מ סוכות =

אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
דער רב האט אפגעראכטן די עבודת נענועים באש קודש, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.

ארום 1:15 נאכמיטאג איז אנגעקומען צום רב אויף א באזוך האדמו"ר מראחמיסטריווקא וומ"ס שליט"א,
מ'איז אריין אינעם סוכה שעל יד ביתו פונעם רב,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פילע מנהגי יו"ט סוכות צווישן אנדערע דעם ענין פון האבן ניין הדסים אויפ'ן לולב, און איבער נוי סוכה פון רבותיה"ק לבית סיגוט און צאנז, צווישן אנדערע דעם ענין פון לייגן שבעת המינים, דעם ענין פון לייגן פייגלעך, און נאך
און אזוי אויך איבער די צדיקים לבית טשערנאביל, און נאך פילע ענינים,
דער רב האט מכבד געווען מיט לחיים האדמו"ר מ'ראחמיסטריווקא און זיך ווארעם אנגעוואונטשן, און דערנאך האט דער רב ארויסבאגלייט ביז'ן טיר.

ארום 5:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

אויפדערנאכט איז דער רב געווען אויף א ביקור תנחומין אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארץ הי"ו לאור פטירת אשתו/אמם ע"ה,
דער רב איז אריין אינעם סוכה בביתו און א לענגערע צייט ארומגעשמועסט מיט די משפחה און מחזק געווען די פרישע יתומים,
עס איז אנוועזנד געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' מרדכי יודא און די גאנצע משפחה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו מגבאי בית מדרשינו הגדול,
און אזוי אויך ביים שמחת הבר מצוה פון בן הר"ר שלום שמעי מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה.

ארום 11:15 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו עס איז פארגעקומען ריקודי קודש דורך חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים לכבוד שמחת בית השואבה,
דער רב איז ארויף אויפ'ן בימת הכבוד און געטאנצן אויפ'ן פלאץ פאר עטליכע מינוט בשעת די גאנצע ביהמ"ד טאנצט פארנט פונעם רב צוקוקנדיג זיך צו די געהויבענע ריקודין,
דערנאך האט זיך דער רב אראפגעזעצט און מיטגעהאלטן די ריקודים פאר א שטיק צייט,
ארום 11:40 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטן מועד.
~🌴~
👁 33