🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ג תשרי תשפ״ה · Oct 15, 2024 · 1:39 PM
#375
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ברכה ב' =

ארום 8:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
דער רב איז געזיצן און געלערנט בהיכל הביהמ"ד פאר א לענגערע צייט מעוטף בטלית ותפילין ווען בשעת מעשה זענען צענדליגער אנשי שלומינו צוגעקומען זיך וואונטשן א גוט געבענטשט יאר און זיך באדאנקט פאר די ווארעמע תפילות און געהויבענעם יום הקדוש וואס איז אריבער בצל פונעם רב שליט"א בקרב קהילתינו הק' אין קרית יואל,
אינצווישן איז אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען בהיכל הביהמ"ד צו א ברית מילה,
דער רב האט זיך ווארעם באגריסט מיט רבינו שליט"א.

אום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר יוסף אליהו,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

נאכמיטאג איז אריין צום רב אינדערהיים הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א - מנהל ישיבה גדולה סניף דברי יואל,
נאך וואס דער רב האט באשטעטיגט אז די עלטסטע כתה פון ישיבת דרך התורה וואס גרייטן זיך אריינצוגיין אין ישיבה גדולה בשטו"מ וועלן אריינגיין אין סניף דברי יואל, האט דער רב אראפגערופן הרה"ג ר' דוד שלמה און איבערגעגאנגען מיט'ן מנהל אלע פרטים זיכער צו מאכן אז אלעס וועט זיין די בעסטע וואס מעגליך לטובת די תלמידי הישיבה אז זיי זאלן ווייטער קענען אויסשטייגן לשם ולתפארת.

ארום 6:50 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר יעקב מרדכי,
און תפילת מעריב אום 8:20 אין חדר שמואל חיים בבית מדרשינו הגדול.
שפעטער אויפדערנאכט האט די רב שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין ווילאמסבורג נאכ'ן פראווענען דעם געהויבענעם יום הקודש בקרב קהילתינו הק' אין ק"י בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 33