🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ׳ תשרי תשפ״ה · Oct 22, 2024 · 12:56 AM
#409
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג יום ב' דחוה"מ סוכות =

אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
דער רב האט אפגעראכטן די עבודת נענועים באש קודש, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אהיים לביתו.

ארום 6:45 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב אום 7:20 אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

נאך מעריב האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין קרית יואל.

ארום 9:30 איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל קרויס הי"ו אין שכונת חתם סופר קרית יואל וואו דער רב האט געפראוועט א גרויסארטיגן סעודת יו"ט אינעם סוכה לרגל שמחת בית השואבה אינאיינעם מיט די יוצאי תלמידי ישיבת דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, אין צוזאמענהאנג מיט א סיום אויף די פארגאנגענע דריי הצלחה'דיגע יארן וואס זענען אריבער אויף די תלמידי הישיבה וואס גרייטן זיך יעצט אריינצוגיין אין ישיבה גדולה בשעה טובה ומוצלחת.

דער רב האט איינגעלאדנט די אושפיזין און זיך געוואשן צום סעודה,
מ'האט אויפגעגעבן אלע מאכלים אזויווי יו"ט,
במשכ'ן סעודה האט מען א לענגערע צייט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט,
דער רב האט אנגעהויבן די ניגונים און אריינגעשלעפט די בחורים אין א שמחה'דיג מצב, עטליכע מאל האט דער רב מכבד געווען די תלמידי הישיבה אנצוהייבן ניגונים, און אזוי אויך פארגעזינגען געוויסע ניגונים,
אינמיטן די סעודה האט זיך דער רב אויפגעשטעלט טאנצן פאר לענגערע מינוטן לכבוד שמחת בית השואבה.

דער רב האט פארברענגט מיט די בחורים א לענגערע צייט, דערביי האבן די בחורים אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פרעגן שאלות פונעם רב אין אלע ענינים וואס זענען נוגע פאר א בחור, ובפרט יעצט ווען מ'גרייט זיך אריינצוגיין אין ישיבה גדולה וואו עס קומט אריין פילע נייע מושגים, ווי זיך טרעפן מיט נייע בחורים, וויסן וויאזוי מבחין צו זיין ווער ס'איז א גוטע בחור מיט וועם זיך צו האלטן גוט און נאנט, קענען אנהאלטן דעם מעמד אפי' אויב מ'וועט זיך טרעפן מיט שוואכערע בחורים, די חילוקים פון ישיבה קטנה און ישיבה גדולה, און נאך.

דער רב האט עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה לכבוד המועד, ארומרעדנדיג בענינים העומדים על הפרק, און שטארק מחזק געווען די בחורים אין אלע ענינים.

מ'האט אויפגעגעבן די פיש, און דערנאך האט דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד חג הסוכות ולכבוד אושפיזא דאהרן,
דער רב האט ארומגערעדט פאר עטליכע מינוט בשבח פונעם בעל אכסניא וויפיל ער געט זיך אוועק פאר'ן ישיבה, און וויפיל ער האט ארויסגעהאלפן און זיך ווארעם באדאנקט, דערביי האט דער רב טרעפליך צוגעשטעלט עטליכע רמזים אויפ'ן נאמען פונעם בעל אכסניא בקשר מיט'ן חג הסוכות.

מ'האט אויפגעגעבן די זופ, דער רב האט משמיע געווען א דרשה וואו דער רב האט ארומגערעדט זכרונות פון די התחלת הישיבה, די שוועריגקייטן מיט וואס מ'האט זיך געמוטשעט און פיל נאך, ארויסברענגענדיג דערביי אז די תלמידים זענען די 'אבן הפינה' פונעם ישיבה,
דער רב האט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די תלמידי הישיבה, צווישן אנדערע האט דער רב געזאגט אז מ'וועט בלייבן מקושר בלב ונפש מיט אלע תלמידים, און מ'וועט נאך כסדר מאכן צוזאמקומען זיך צו קענען האלטן צוזאמען און שטייגן בעבודת השם.

מיט די שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען צוויי בחורים מתלמידי הישיבה מיט'ן נאמען פון די אושפיזא - אהרן, און אזוי אויך דעם בעל אכסניא.

מ'האט אויפגעגעבן די פלייש,
הר"ר יואל דער מנהל הישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, וואו ער האט פאר גאר א לענגערע צייט ארויסגעברענגט וויפיל דער רב געט זיך אוועק בכל לבו ובכל נפשו ובכל מאודו לטובת די תלמידי הישיבה, וויפיל מאל דער רב איז שוין ארויסגעפארן אין די קעטסקילס ביז מ'האט געטראפן א גוטע פלאץ וואס האט אלע מעלות און איז געאייגענט פאר די תלמידי הישיבה,
וויפיל כוחות ס'קאסט אויפצוהאלטן און טראגן דעם עול פון אזא ישיבה, וואס האט שוין היינט צוויי סניפים,
און וויפיל כוחות דער רב לייגט אריין אין די תלמידי הישיבה מיט אזעלכע פייערדיגע הערליכע באטע'ס כמעט יעדע איינציגסטע וואך וואס איז אליינס א מעשה פון א גוטע פאר שעה, און נאך פיל.
👁 28