🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח תשרי תשפ״ה · Oct 20, 2024 · 11:19 PM
#403
דער רב האט פארגעזינגען עטליכע ניגונים, צווישן אנדערע 'לאמיר דערציילן', 'האדרת והאמונה', און נאך,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד אושפיזא דיצחק,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'גבור בארץ יהיה זרעו, דור ישרים יבורך, הון ועושר בביתו', און ארויסגעברענגט אז נאר יצחק אבינו האט די כח משפיע צו זיין סיי קינדער און סיי געלט ווייל ער איז א צדיק בן צדיק, משא"כ אברהם אבינו וואס איז א צדיק בן רשע קען נאר משפיע זיין איינס נישט ביידע,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ריב"ש וואס זאגט אז מען דארף נישט זאגן 'ועקידת יצחק לזרעו "של יעקב" ברחמים תזכור', וויבאלד דער אויבערשטער האט געזאגט 'כי ביצחק יקרא לך זרע', 'ביצחק ולא כל יצחק', איז אויטאמאטיש ווען מ'רעדט פון יצחק'ס קינדער, רעדט מען נישט פון אלע זיינע קינדער,
קומט דאך אויס אז יצחק אבינו איז דער וואס צוטיילט צווישן די אומה"ע און אידן, און ווען ער איז משפיע שפע, איז עס נאר פאר אידן, משא"כ אברהם אבינו האט נישט דעם כח צו משפיע זיין דירעקט פאר אידישע קינדער,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען ממשיך געווען מיט ניגוני שירה וזמרה לכבוד שמחת בית השואבה,
מען האט געענדיגט ארום 12:40, דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף היוז סטריט אין באגלייטונג פון צענדליגער בחורי חמד און יונגעלייט וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייטצו אנפרעגן איבער פילע מנהגים און ענינים לחג הסוכות, צווישן אנדערע איבער מאכן א לישב בסוכה ביים עסן מזונות, און לגבי מאכן א ברכה אויף שלאפן אין די סוכה, און נאך,
ביים אנקומען האט דער רב אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' איתמר טובי' ב"ר אברהם יושע ניימאן הי"ו לרגל די שמחת הוואכנאכט לבנו הנולד לו למז"ט וואס איז פארגעקומען אינעם סוכה שעל יד בית המדרש קהל עצי חיים סיגוט.

= יום ב' דסוכות =

אינדערפרי איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט מקיים געווען מצות נטילת לולב בסוכה שעל יד ביתו.

ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה פסוקי דזמרה: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א,
בעל תפילה שחרית ואמירת הלל: הרה"ח ר' שמעון ישראל הורוויץ הי"ו,

ביי די נענועים האט דער רב מיט גרויס התעוררות געשאקלט לולב בשעת אנשי שלומינו קוקן זיך צום עבודה מיוחדת במינה וואס איז געווארן אפגעראכטן דורכ'ן רב,
נאך הלל האט דער רב פארגעזאגט הושענות,
פתיחת הארון ביי הושענות: הבה"ח דוד ב"ר אברהם ווערטהיימער ני"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' חיים משה גראסבערג שליט"א, און הרה"ח ר' משולם מרגליות הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
שלישי: ר' אלי' פאוועל הי"ו,
רביעי: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' טובי' שעהנפעלד הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אלעזר טייטלבוים שליט''א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א - ר"מ בישיבת תורת חסד לאנדאן,
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב שעהנפעלד הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל ר' אלי' ב"ר מענדל בער פאוועל הי"ו,

דער רב האט געזאגט די ברכות און קריאת השם, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה,
מ'האט געענדיגט ארום 1:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= ליל שבת קודש - שבת חול המועד סוכות =

אום 6:50 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' בערל ברעטטלער הי"ו,
בעל תפילה קבלת שבת ומעריב: הר"ר יואל לאוב שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 11:00 איז דער רב אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק - שבת חוה"מ,
מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני שבת וניגוני חג הסוכות.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח יוסף מרדכי כהנא הי"ו,
מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בדרך דרוש ופלפול אויפ'ן פסוק 'ולקחתם לכם ביום הראשון וגו'.

קה אכסוף: הרה"ח ר' שמחה פריעדמאן הי"ו - ראה"ק וויען,
ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' יואל פערלמוטער הי"ו - לאנדאן,
👁 31