אין די יעצטיגע שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויפ'ן וועג קיין עיר הבירה לאנדאן וואו דער רב וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך בקרב הקהילה, ביים אנקומען וועט דער רב צופארן צום אכסניא בבית הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו מנכבדי הקהילה.
מארגן דינסטאג אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט פארקומען א באנקעט לטובת מוסדות יטב לב בראשות דעם רב שליט"א, מער פרטים וועלן נאכפאלגן, אויפדערנאכט וועט זיך דער רב באטייליגן ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שלום צבי מאיר (הערשל) ווייזער שליט"א כותב החידושי תורה פונעם רב שליט"א.
אום 9:00 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען צום בנין הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, מ'האט געענדיגט ארום 10:15, נאך תפילת שחרית זענען די תלמידים אריבער שלום נעמען נאך וואס דער רב האט געוויילט פארגאנגענעם וואך אין סקאטסדעיל אריזאנע אויף מנוחת הנפש, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 12:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור בשיעורי הישיבה, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא מציעא פרק השוכר את האומנין דף ע"ה - ע"ו, ביים סוף פונעם שיעור האט דער רב געפרעגט א קשיא אין די סוגיא און געבעטן די תלמידים צו ברענגען תירוצים, מ'האט געענדיגט ארום 1:20, נאכ'ן שיעור האבן די תלמידי הישיבה זיך מפלפל געווען מיט'ן רב פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אין די צופרי שעה'ן האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד אין סקאטסדעיל אריזאנע, נאך תפילת שחרית האבן זיך די ארטיגע אידן געזעגנט פונעם רב און זיך באדאנקט פאר די געהויבענע שבת וואס זיי האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן.
ארום 10:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום פיניקס לופטפעלד אין אריזאנע פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אויפ'ן וועג קיין ניו יארק אום 11:55 אריזאנע זייגער, 2:55 ניו יארק'ע זייגער, די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אינעם JFK לופטפעלד אין ניו יארק אום 7:30 פארנאכטס ניו יארק'ע זייגער.
תיכף ביים אנקומען אין לופטפעלד האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
ארום 10:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר יחזקאל בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, נאך תפילת מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.
ארום 10:40 איז דער רב שליט"א אנגעקומען אין די שאפינג סענטער זאל צום שמחת הבר מצוה לבן הרה"ח ר' יואל נפתלי לאנדא הי"ו עסקן נמרץ לטובת כוללינו וומ"ס, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בחור הבר מצוה, פאר אביו, און פאר די זיידעס, עקסטער האט דער רב אנגעוואונטשן פאר החתן אשר לעמיל ב"ר אברהם משה לאנדא ני"ו לרגל שמחת אירוסיו למזל טוב.
ארום 11:40 איז דער רב אנגעקומען לביתו במחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י. וואו דער רב וועט וויילן במשך די ימי הקיץ.
= דאנערשטאג פרשת שלח - דאנערשטאג פרשת קרח ~ סקאטסדעיל אריזאנע =
במשך די וואך צייט האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין סקאטסדעיל אריזאנע אויף מנוחת הנפש, אינאיינעם מיט עטליכע בני המשפחה, צווישן זיי בנו הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א אב"ד ראצפערט.
דאנערשטאג פרשת שלח אום 5:05 נאכמיטאג ארטיגע זייגער, 8:05 אויפדערנאכט ניו יארק'ע זייגער האט די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אינעם פיניק"ס [PHX] לופטפעלד אין אריזאנע.
פון עירפארט איז דער רב צוגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה קיין סקאטסדעיל אריזאנע.
ביים אנקומען אין סקאטסדעיל איז דער רב צוגעפארן צום אכסניא בבית הרה"ח ר' יעקב שפיץ הי"ו.
שבת קודש פרשת שלח האט דער רב געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.
אלע תפילות שבת קודש האט דער רב געדאווענט אינעם בית המדרש אהבת תורה בבית הרה"ח ר' משה לאבל הי"ו לרפו"ש בנשיאות הרה"ג ר' ששון ראזענבוים שליט"א.
ערב שבת קודש איז דער רב צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה, שבת אינדערפרי ביים ליינען האט דער רב עולה געווען ששי, נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
ביי שלש סעודות האט זיך דערקענט דעם שמו הטוב הולך למרחוק, ווען אפי' אין די ווייטע סקאטסדעיל אריזאנע וואו עס געפונען זיך כמעט נישט קיין היימישע אידן, האבן זיך צוזאמגעקליבן קרוב צו דריי מנינים וואס זענען געקומען לשמוע את דבר השם, דער רב האט געזאגט א פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה, און אריינגעצויגן ביז נאכ'ן זמן מוצאי שבת כנהוג.
במשכ'ן וואך פרשת קרח האט דער רב געדאווענט אלע תפילות אינעם ארטיגן ליטווישן בית המדרש - נוסח אשכנז.
במשכ'ן טאג האט דער רב עוסק געווען בתורה אינעם ארטיגן ליטווישן בית המדרש, זיצנדיג איינער אליינס אינעם בית המדרש מיט פילע ספרים אויפ'ן טיש האט דער רב געהארעוועט אויף תורה ווי עס האט מעיד געווען א איד וואס איז אריינגעקומען בשעת מעשה אז דער רב זייענדיג אזוי פארטיפט אינעם לערנען האט ניטאמאל באמערקט ווי ער איז אריינגעקומען.
דאנערשטאג פרשת קרח אין די פריע צופרי שעה'ן האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
ארום 10:15 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום פיניקס לופטפעלד אין אריזאנע, אום 11:55 פארמיטאג ארטיגע זייגער, 2:55 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער האט די פליגער פונעם רב זיך געהויבן אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק.
מטעם בית כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ווערט געמאלדן אז דעם קומענדיגן דינסטאג וועלן אנשי שלומינו תושבי עיר הבירה לאנדאן האבן די גרויסע זכיה אז הגה"צ דער רב שליט"א וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך אין שטאט לרגל די שמחת החתונה לבן הרה"ג ר' הערשל ווייזער שליט"א מתלמידי הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וכותב החידושי תורה פונעם רב שליט"א וואס קומט פאר דעם דינסטאג אויפדערנאכט אין די זאלן פון יסודי התורה אין שטאט. דער רב שליט"א וועט לויט די יעצטיגע פלאן אי"ה זיין צוריק אין ניו יארק מיטוואך נאכמיטאג.
דעם שב"ק וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי אזויווי אלע יארן במשך די ימי הקיץ, דער רב וועט דאווענען אלע תפילות דורכאויס שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און אזוי אויך פראווענען די סעודת ליל שב"ק.
ביי שלש סעודות וועט מען ספעציעל צולייגן נאך עטליכע רייעס זיצן אינעם היכל הביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו פון אלע ארומיגע געגנטער וואס קומען מיטהאלטן די דברי כיבושין ביים פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א, די GPS אדרעס פונעם קעמפ, פאר די הונדערטער אנשי שלומינו פון די ארומיגע קעמפס און קאנטרי'ס וואס ווילן קומען נאכ'ן זמן מיטצוהאלטן דעם גאר געהויבענעם שלש סעודות איז: 101 Ferndale Loomis Rd. Liberty NY
= זמנים לשבת קודש פרשת קרח ~ ליבערטי נ.י. = זמן הדלה"נ: 8:22. סוזק"ש: 8:41. זמן מוצש"ק: 9:49.
= זמנים לשבת קודש במחנה ישיבה לצעירים = תפילת מנחה וקב"ש: 8:50. סעודת ליל שבת קודש: 15 מינוט נאך גוט שבת זאגן. תפילת שחרית יום שבת קודש: 10:00. מנחה: 7:50. שלש סעודות: 8:40.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אן אין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י. וואו דער רב וועט וויילן במשך די ימי הקיץ. = ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה =
= דאנערשטאג פרשת קרח 7:40 אויפדערנאכט אין ניו יארק =
די פליגער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט יעצט געלאנדעט אינעם JFK לופטפעלד אין ניו יארק, אין ארום א האלבע שעה וועט זיך דער רב ארויסלאזן אויפ'ן וועג צו די קעטסקיל'ס, דער רב וועט צום ערשט מאכן א קורצע אפשטעל אין קרית יואל, און דערנאך צופארן צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י. = בזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה, הוא זיוה, הוא הדרה =
= דאנערשטאג פרשת קרח - פיניקס אריזאנע, 12:00 פארמיטאג ארטיגע זייגער, 3:00 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער =
= יציאת צדיק מן המקום עושה רושם = די פליגער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הייבט זיך יעצט פונעם פיניקס [PHX] לופטפעלד אין אריזאנע אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק, נאך וואס דער רב האט געוויילט דעם פארגאנגענעם וואך אין סקאטסדעיל אריזאנע אויף מנוחת הנפש.
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם JFK לופטפעלד אין ניו יארק ארום 7:35 אויפדערנאכט ניו יארק'ע זייגער. = כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =
פון עירפארט וועט זיך דער רב ארויסלאזן אויפ'ן וועג צו די קעטסקיל'ס, דער רב וועט צופארן צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י. וואו דער רב וועט וויילן במשך די ימי הקיץ.
מארגן דאנערשטאג אום 11:55 פארמיטאג ארטיגע זייגער, 2:55 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער וועט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסלאזן פון די פיניקס [PHX] לופטפעלד אין אריזאנע אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק נאכ'ן וויילן דעם פארגאנגענעם וואך אויף מנוחת הנפש אין סקאטסדעיל אריזאנע.
די פליגער פונעם רב איז ערווארטעט צו לאנדן אום 8:10 אויפדערנאכט ניו יארק'ע זייגער אין די JFK לופטפעלד אין ניו יארק, פון דארט וועט דער רב צופארן א וועג פון ארום 40 מינוט קיין וויליאמסבורג.
שפעטער אויפדערנאכט וועט זיך דער רב ארויסלאזן אויפ'ן וועג צו די קעטסקיל'ס, וואו דער רב וועט וויילן - ווי יאר יערליך - דורכאויס די ימי הקיץ אין מחנה ישיבה לצעירים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה הקרויים בנים. "כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון"
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת החתונה פון ש"ב החתן בן הגה"צ ר' אהרן מייזליש שליט"א אבד"ק ביהמ"ד ברך משה ב"פ, בן הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל שליט"א, וחתן הגה"צ אבד"ק אלכסנדר שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' דוד צבי באב"ד שליט"א דומ"ץ טארנאפאל, בן הגה"צ אבד"ק טארנאפאל שליט"א, וחתן הגה"צ אבד"ק לובלין ב"פ שליט"א - פארגאנגענעם וואך זונטאג פרשת שלח אין די זאלן פון עטרת חינקא אין בארא פארק.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ"א ע"ב - כ"ב ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.
ארום 10:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 1:00 מיטאג צייט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער קיין אריזאנע ארום 2:40, די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אינעם פיניק"ס [PHX] לופטפעלד אין אריזאנע אום 5:05 ארטיגע זייגער, 8:05 ניו יארק'ע זייגער, דער רב שליט"א איז צוגעפארן א וועג פון ארום 25 מינוט קיין סקאטסדעיל אריזאנע וואו דער רב וועט וויילן די קומענדיגע וואך צייט אויף מנוחת הנפש.
זיך צו פארבינדן מיט'ן רב שליט"א קען מען רופן אויף 718-384-4255.
אנשי שלומינו אברכי קהילתינו הק' בעיר הצדק קרית יואל המעוטרה גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום ערשטמאליגן "שבת לדעת" וואס וועט פארקומען בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת מטות מסעי הבעל"ט - שבת מברכים חודש מנחם אב, דער שבת וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אינעם 'ארמון' האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקוט, און וועט זיין ספעציעל געאייגענט פאר אברכים וואס האבן חתונה געהאט פון שנת תשע"א ביז שנת תשע"ח.
ווי באקאנט איז פקיע שמיה די שבתים וואס דער רב שליט"א פירט בהתלהבות אש קודש, די ווארעמע תפילות, די דערהויבענע סעודות, די דרשות נלהבות און אלעס ארום, און צוליב דעם איז ערווארטעט גאר א גרויסן ציבור הדורשים ומבקשים לשמוע את דבר ה' וואס ווילן האבן די זכי' אנטיילצונעמען אינעם דערהויבענעם שבת.
יציאת צדיק מן המקום עושה רושם: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לאזט זיך יעצט ארויס אויפ'ן וועג קיין אריזאנע וואו דער רב וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע וואך צייט, די פליגער פונעם רב הייבט זיך יעצט פונעם נוארק [EWR] לופטפעלד אין ניו יארק, די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן אין די פיניק"ס [PHX] לופטפעלד אין אריזאנע אום 5:10 ארטיגע זייגער, 8:10 ניו יארק'ע זייגער, פון דארט וועט דער רב צופארן א וועג פון ארום 25 מינוט קיין סקאטסדעיל אריזאנע. = כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ"א ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:45 איז דער רב אנגעקומען אין בית המדרש בית מנחם צבי דקהילתינו הק' אויף וואלאבאוט סטריט, דער רב האט זיך באטייליגט ביים ברית מילה לבן הנולד אצל מו"ה אשר אנשיל בהר"ר ברוך מרדכי ליכטענשטיין הי"ו וואו דער רב איז געווען סנדק, נאכ'ן ברית האט דער רב ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.
אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
ארום 10:40 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת פריעד וואס זיצן שבעה ע"פ הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעד ע"ה.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ' ע"ב - כ"א ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.
ארום 9:15 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם, אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן יחזקאל שרגא בן העסקן מו"ה ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו, עב"ג הכלה בת מו"ה ר' יואל משה ציק הי"ו פון מאנטריאל - וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר צבי. ביים אנקומען האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, פאר'ן אבי החתן ר' יואל, פאר'ן זיידן הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, פאר'ן זיידן הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו פון קרית יואל און פאר'ן מחותן און די אנדערע זיידעס. דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד השמחה, און דערנאך ארויסגעברענגט לשבח ווי דער חתן האט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן ובפרט אין ישיבה לצעירים וואו מ'האט עס מיטגעהאלטן און געזעהן בחוש, דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט ארומגערעדט בשבח פונעם אבי החתן העסקן הנמרץ ר' יואל, וואס געט זיך אזויפיל איבער פאר סאטמאר בכלל ובפרט, סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין קרית יואל, און מ'ווייסט נישט אלעס, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב. דערנאך האט דער רב נאכאמאל אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה און פארלאזט דעם זאל.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ' ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
ארום 8:50 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול, דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי עטליכע שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
אום 10:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול, דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו פאר נכדו החתן ישראל בן הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו - וואס איז געווארן אן איידעם ביי בנו מו"ה דוד הי"ו, און פאר נכדו החתן צבי בן לחתנו מו"ה ר' ישכר בעריש גליק הי"ו, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתנים, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט דער רב אויפגעטרעטן מיט א דרשה וואו דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האט חתונה געמאכט ב"ה צוויי אייניקלעך, און מ'זעהט אין אסאך פלעצער אז דאפעלט איז שטערקער, דער רב האט דערמאנט לשבח ווי פלייסיג די חשוב'ע חתנים האבן געלערנט אין זייערע בחור'ישע יארן ובפרט אין ישיבה לצעירים וואו מ'האט עס מיטגעהאלטן און געזעהן בחוש, אוו דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתנים, מחותנים און זיידעס.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' זלמן לייב וואגשאהל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף חכמת התורה וומ"ס, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ - וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כרם מנחם, ביים אנקומען האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מיט'ן אבי החתן, מיט'ן אבי הכלה הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך מיט אלע מחותנים און זיידעס, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן ישראל בן הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת ר' דוד ב"ר משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון קאנטינענטאל, דער מחותן ר' שלום יצחק האט איבערגעגעבן פאר'ן רב דעם נייעם ספר 'גנזי ש"י' וועלכע איז ערשינען לרגל דעם שמחת החתונה, אן אוצר פון אלטע כתבי ידות וואס איז נאכנישט געדריקט געווארן בעבר, דער רב האט מעיין געווען דערין און זיך באדאנקט, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, דערנאך מיט'ן אבי החתן, און דערנאך מיט אלע מחותנים און זיידעס.
ארום 10:40 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק, צום ערשט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון די מחותנים מו"ה הלל ב"ר אברהם פישמאן הי"ו און הרבני הנגיד ר' יואל לייפער הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עמינענס, דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, דערנאך מיט'ן אבי הכלה, און דערנאך מיט אלע מחותנים און זיידעס.
דערנאך איז דער רב אנגעקומען צום עטרת חינקא זאל וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון ש"ב החתן בן הגה"צ ר' אהרן מייזליש שליט"א אבד"ק ביהמ"ד ברך משה ב"פ, בן הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל שליט"א, וחתן הגה"צ אבד"ק אלכסנדר שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' דוד צבי באב"ד שליט"א דומ"ץ טארנאפאל, בן הגה"צ אבד"ק טארנאפאל שליט"א, וחתן הגה"צ אבד"ק לובלין ב"פ שליט"א, דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה פאר א לענגערע צייט, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, פאר דודו הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל שליט"א, און פאר די מחותנים און אנדערע זיידעס, דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מיט'ן אבי החתן, און עקסטער מיט דודו הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל שליט"א, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.