🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:36 PM
#42
= דאנערשטאג פרשת שלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ"א ע"ב - כ"ב ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 10:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 1:00 מיטאג צייט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער קיין אריזאנע ארום 2:40,
די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אינעם פיניק"ס [PHX] לופטפעלד אין אריזאנע אום 5:05 ארטיגע זייגער, 8:05 ניו יארק'ע זייגער,
דער רב שליט"א איז צוגעפארן א וועג פון ארום 25 מינוט קיין סקאטסדעיל אריזאנע וואו דער רב וועט וויילן די קומענדיגע וואך צייט אויף מנוחת הנפש.

זיך צו פארבינדן מיט'ן רב שליט"א קען מען רופן אויף 718-384-4255.

א גוטע נאכט.
👁 22