🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:35 PM
#35
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן ישראל בן הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת ר' דוד ב"ר משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון קאנטינענטאל,
דער מחותן ר' שלום יצחק האט איבערגעגעבן פאר'ן רב דעם נייעם ספר 'גנזי ש"י' וועלכע איז ערשינען לרגל דעם שמחת החתונה, אן אוצר פון אלטע כתבי ידות וואס איז נאכנישט געדריקט געווארן בעבר, דער רב האט מעיין געווען דערין און זיך באדאנקט,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, דערנאך מיט'ן אבי החתן, און דערנאך מיט אלע מחותנים און זיידעס.

ארום 10:40 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק,
צום ערשט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון די מחותנים מו"ה הלל ב"ר אברהם פישמאן הי"ו און הרבני הנגיד ר' יואל לייפער הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עמינענס,
דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, דערנאך מיט'ן אבי הכלה, און דערנאך מיט אלע מחותנים און זיידעס.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען צום עטרת חינקא זאל וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון ש"ב החתן בן הגה"צ ר' אהרן מייזליש שליט"א אבד"ק ביהמ"ד ברך משה ב"פ, בן הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל שליט"א, וחתן הגה"צ אבד"ק אלכסנדר שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' דוד צבי באב"ד שליט"א דומ"ץ טארנאפאל, בן הגה"צ אבד"ק טארנאפאל שליט"א, וחתן הגה"צ אבד"ק לובלין ב"פ שליט"א,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, פאר דודו הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל שליט"א, און פאר די מחותנים און אנדערע זיידעס,
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מיט'ן אבי החתן, און עקסטער מיט דודו הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל שליט"א,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
👁 18