🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:38 PM
#54
= דאנערשטאג פרשת קרח =

אין די צופרי שעה'ן האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד אין סקאטסדעיל אריזאנע,
נאך תפילת שחרית האבן זיך די ארטיגע אידן געזעגנט פונעם רב און זיך באדאנקט פאר די געהויבענע שבת וואס זיי האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן.

ארום 10:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום פיניקס לופטפעלד אין אריזאנע פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אויפ'ן וועג קיין ניו יארק אום 11:55 אריזאנע זייגער, 2:55 ניו יארק'ע זייגער,
די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אינעם JFK לופטפעלד אין ניו יארק אום 7:30 פארנאכטס ניו יארק'ע זייגער.

תיכף ביים אנקומען אין לופטפעלד האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 10:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר יחזקאל בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל,
נאך תפילת מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.

ארום 10:40 איז דער רב שליט"א אנגעקומען אין די שאפינג סענטער זאל צום שמחת הבר מצוה לבן הרה"ח ר' יואל נפתלי לאנדא הי"ו עסקן נמרץ לטובת כוללינו וומ"ס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בחור הבר מצוה, פאר אביו, און פאר די זיידעס,
עקסטער האט דער רב אנגעוואונטשן פאר החתן אשר לעמיל ב"ר אברהם משה לאנדא ני"ו לרגל שמחת אירוסיו למזל טוב.

ארום 11:40 איז דער רב אנגעקומען לביתו במחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י. וואו דער רב וועט וויילן במשך די ימי הקיץ.

א גוטע נאכט.
👁 22