🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:35 PM
#38
= מיטוואך פרשת שלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ"א ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:45 איז דער רב אנגעקומען אין בית המדרש בית מנחם צבי דקהילתינו הק' אויף וואלאבאוט סטריט,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים ברית מילה לבן הנולד אצל מו"ה אשר אנשיל בהר"ר ברוך מרדכי ליכטענשטיין הי"ו וואו דער רב איז געווען סנדק,
נאכ'ן ברית האט דער רב ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.

אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 10:40 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת פריעד וואס זיצן שבעה ע"פ הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעד ע"ה.

א גוטע נאכט.
👁 19