🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:35 PM
#37
= דינסטאג פרשת שלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ' ע"ב - כ"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 9:15 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם, אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן יחזקאל שרגא בן העסקן מו"ה ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו, עב"ג הכלה בת מו"ה ר' יואל משה ציק הי"ו פון מאנטריאל - וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר צבי.
ביים אנקומען האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, פאר'ן אבי החתן ר' יואל, פאר'ן זיידן הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, פאר'ן זיידן הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו פון קרית יואל און פאר'ן מחותן און די אנדערע זיידעס.
דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד השמחה, און דערנאך ארויסגעברענגט לשבח ווי דער חתן האט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן ובפרט אין ישיבה לצעירים וואו מ'האט עס מיטגעהאלטן און געזעהן בחוש,
דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט ארומגערעדט בשבח פונעם אבי החתן העסקן הנמרץ ר' יואל, וואס געט זיך אזויפיל איבער פאר סאטמאר בכלל ובפרט, סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין קרית יואל, און מ'ווייסט נישט אלעס,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב נאכאמאל אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה און פארלאזט דעם זאל.

א גוטן טאג.
👁 20