🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:35 PM
#34
= זונטאג פרשת שלח =

ארום 11:30 פארמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אין חדר שלמה חיים,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף י"ט - כ"א,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 1:00.

ארום 5:20 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען צום אלטן ביהמ"ד דקהילתינו הק' אויף סאוט אכט סטריט וואו דער רב האט אפגעווארט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינדרויסן און מ'האט זיך ווארעם באגריסט.

דער רב איז אריבער אינאיינעם מיט רבינו שליט"א צום ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' דקהילתינו הק' אויף סאוט אכט סטריט וואו עס איז פארגעקומען א מעמד 'יציקת הבורות' - בראשות מרן רבינו שליט"א - אויפ'ן מקוה וואס ווערט יעצט געבויעט אינעם ביהמ"ד,
דערנאך איז דער רב אנגעקומען אינאיינעם מיט רבינו שליט"א צום שטח אויף ראטלידזש סטריט וואו עס איז פארגעקומען א מעמד 'הנחת אבן הפינה' פאר'ן נייעם בנין וואס ווערט יעצט געבויעט פאר ישיבה לצעירים דמוסדותינו הק'.

דעריבער לייגן מיר ארויף די באריכט פון די מעמדים אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש - ותשואת חן חן להם.

🌴בצל הקודש🌴

דער רבי איז אריבער צום נייעם ביהמ"ד, דער רבי איז צום ערשט ארויף אין היכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו, הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו, און ר' חיים הערש סעגעדין הי"ו - חברי הנהלת קרן הבנין,
דערנאך איז דער רבי אראפ צום מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די בורות און דערנאך מכבד געווען צו גיסן, בנו הגדול הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און די חשובע נדבני הביהמ"ד,
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף צום היכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און ארויסגעברענגט די חשיבות ביים רבש"ע ווען א איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה רייסט זיך אוועק אין ביהמ"ד צו דאווענען און לערנען,
און אנגעוואונטשן אז מען באנייט א סאטמארע ביהמ"ד זאל זיין דא תורה עבודה און גמילות חסדים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע מתפללי הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 5:50.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום שטח ווי עס ווערט געבויעט דעם נייעם בנין פאר די ישיבה לצעירים אויף ראטלידזש סט.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - יו"ר הנהלת הישיבה,
דערנאך האט דער רבי געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען צו גיסן, הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה, און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
~🌴~
👁 26
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:34 PM
#33
כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים זיך אומקוקן אויפן שטח פון די בוי ארבעט ביים נייעם בנין וואס ווערט געבויעט פאר די 'ישיבה לצעירים' אין וומ"ס אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א - ראש הישיבה.
👁 25
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:34 PM
#32
= שבת קודש פרשת בהעלותך =

ארום 8:55 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט וואו דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה,
בעל תפילה קב"ש: הרה"ח ר' יעקב זאפיר הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.

מען האט געענדיגט ארום 10:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

אום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודל גאלדבערגער הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש דקהילתינו הק',
שלישי: החתן דוד ב"ר אהרן מרדכי באש הי"ו - באווארפן,
רביעי: הר''ר חיים הערש ווייס שליט"א,
חמישי: ר' יואל לאנדא הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי לייב לאנדא הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.

דערנאך איז דער רב שליט"א אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען די קידוש לרגל הולדת הבת אצל ר' יואל ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי"ו, דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשטן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.

מען האט געענדיגט ארום 12:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= רעוא דרעוין =

ארום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב זאפיר הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: ר' שמואל כהנא הי"ו,
לוי: הר"ר יצחק יאזשעף שליט"א - מגי"ש בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
שלישי: הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
מען האט געזינגען די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו,

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות', און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט מחדש געווען אז מ'האט שוין געצינדן נר חנוכה אין משכן, און עס איז געווען צוויי מנורות, איינס וואס בצלאל האט געבויעט וואס דאס האט מען גענוצט פאר מצות נר חנוכה, און איינס וואס איז ארויסגעקומען פון פייער וואס דאס האט מען גענוצט פאר מצות מנורה,
די מנורה וואס מ'האט גענוצט פאר מצות נר חנוכה איז אינמיטן געווען אן אכטע ליכט, מיט דעם ווערט פארענטפערט דעם לשון 'אל מול', און אזוי אויך די בית יוסף'ס קשיא, ווייל ס'איז טאקע געווען גענוג שמן פאר איין מנורה אבער נישט פאר צוויי,

דער רב האט נאכגעזאגט פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע אז אפי' ווען מען פארט אין קאנטרי, אבער פונעם אייבערשטען קען מען נישט אנטלויפן, און ארויסגעברענגט אז מ'זאל געדענקען אז ווען מ'קומט צוריק, נעקסטע מאל מ'גייט זיך זעהן, גייט שוין זיין חודש אלול,
די טאטע זז''ג האט שוין אסאך מאל ארומגערעדט איבער מחנה אלוקים און מחנה מגושמים, מען דארף זעהן אז זוממער אין קאנטרי זאל מען אויך נישט מגושם ווערן, נישט שבת נחמו און נישט א גאנץ זוממער,

דער רב האט ארומגערעדט איבער די יום תפילה וואס וועט זיין דעם זונטאג צו מרבה זיין בתפילה ובתהילים בפקודת מרן רבינו שליט"א,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מען זאל האבן א געזונטן זוממער, וה' ישמור צאתנו ובואינו אמן,

ידיד נפש: הר"ר יוסף משה גלאנץ שליט"א,
קל מסתתר: הר"ר שמואל דוד הורוויץ שליט"א - מלמד במוסדותינו הק',
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: נכד רבינו - הרב יואל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד אבני צדק קרית יואל.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
נאך תפילת מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.

מען האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:34 PM
#27
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות ומסיבת לחיים בביהמ"ד החדש 'לב אהרן' אין וומ"ס פארגעקומען היינט אין די נאכמיטאג שעות בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
👁 23
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:33 PM
#26
= זמנים לשבת קודש פרשת בהעלתך =

זמן הדלקת הנרות: 8:16.
סוף זמן קרי"ש: 8:35.
זמן מוצאי שבת: 9:43.

מנחה וקבלת שבת: 9:00.

התוועדות ליל שבת קודש לא יתקיים בשבוע זו.

שחרית יום שבת קודש: 9:30.

מנחה וס"ג: 9:00.

א גוט שבת.
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:32 PM
#25
= דאנערשטאג פרשת בהעלותך =

אינדערפרי האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט פון קרית יואל אויפ'ן וועג צו די קעטסקיל בערג,
ארום 8:45 איז דער רב אנגעקומען אין ליבערטי נ.י. צו ישיבת דרך התורה סניף א' בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קענטיגע קורת רוח,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.

אום 9:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ארום 11:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רב האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן מנהל, פאר די מגידי שיעור, און פאר די תלמידי הישיבה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ויעש כן אהרן' וואס רש"י זאגט 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה',
דער רב האט ארויסגעברענגט אז די גרויסקייט פון אהרן הכהן איז געווען אז ער האט געהאלטן חשוב זיין עבודה, און פון דעם דארף מען זיך אפלערנען, אסאך מאל פילט א בחור אז זיין דאווענען איז נישט חשוב אין הימל וכדו', מ'דארף וויסן אז יעדע קליינע עבודה פון א איד איז חשוב אין הימל,
דער רב האט ממשיך געווען ארומצורעדן בעניני עבודת התפילה,

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם וואס די ישיבה גייט זיך יעצט אריבערציען צו א נייע פלאץ וואו עס וועט אי"ה זײן א מורא'דיגע הרחבת הדעת,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'קאסט אפ א הון רב, און געבעטן די בחורים צו גיין נאך געלט,
דער רב האט נאכגעזאגט די גמרא אז ווען א חכם דרש'ענ'ט רוהט די שכינה דארט, און געזאגט איך האב אינדערהיים א העמד פונעם טאטן זאל זיין געזונט בשעת'ן זאגן שבת הגדול דרשה און פרקי אבות אין וומ"ס, עס איז א אויסגעשוויצטע העמד, און מ'וועט מאכן א גורל אויף דעם פאר ווער ס'האט אריינגעברענגט טויזנט דאללער פורים אדער וועט יעצט אריינברענגען הונדערט פופציג דאללער,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 1:00.

אום 9:40 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען צו די תנאים זאלן שעל יד ביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף איהעל קט. וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו - החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן לגיסו הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א רב דביהמ"ד אהל פיגא ק"י,
די שבע ברכות איז צוגעשטעלט געווארן דורך מרן רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, און עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די גבאים פון די וועד קרן נשואין פון אלע בתי מדרשים דקהלתינו הק' אין ק"י,
דער רב האט זיך געוואשן צום סעודה, און מ'האט אויפגעגעבן אלע מאכלים פונעם סעודה פאר'ן רב.

מיר לייגן דא ארויף די באריכט פונעם שמחת השבע ברכות אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש - ותשואות חן חן להם.

🌴בצל הקודש🌴

עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו וועלכע האט אויסגעשמועסט פארשידענע לעזונגען צו ביליגער מאכן די הוצאות החתונה און מהנה געווען מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון אלע בתי מדרשים אין ק"י ווי עס איז פארהאן תורה, עבודה, וגמילות חסדים, און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון גיין נאך געלט פאר א צווייטן, און מחזק געווען די עסקנים צו ממשיך זיין מיט די צדקה וחסד ביתר שאת, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הרה"ג ר' אברהם יושע איגר שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
ברכה אחריתא: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
~🌴~


נאכ'ן שבע ברכות ארום 11:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל.

א גוט שבת.
👁 31
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:32 PM
#22
הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די בני המשפחה, וואו עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די גבאים פון די וועד קרן נישואין פון אלע בתי מדרשים דקהלתינו הק' בק"י וועלכע שטעלן צוזאם גרויסע געלטער ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם - נעכטן דאנערשטאג, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט.
👁 25
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:31 PM
#20
= מיטוואך פרשת בהעלותך =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף י"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 8:55 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק', דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק.

ארום 10:30 איז דער רב אנגעקומען צום בית אסתר זאל אין בארא פארק וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת השבע ברכות פון החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן לגיסו הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א רב דביהמ"ד אהל פיגא קרית יואל - צוגעשטעלט דורך קהילת דושינסקיא לכבוד דעם געהויבענעם זיידע כ"ק אדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א,
נאך וואס דער רב האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביים שמחת החתונה וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מאנטאג צוליב וואס דער רב איז בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אראפגעפארן קיין וואדלענד קאליפארניע צום ווייץ שניט לקראת חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט,
ביים אנקומען האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
הר"ר יצחק ברוך ברוין הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, און דערנאך האבן די מנגנים געזינגען עטליכע ניגוני אהבת התורה,
דער חתן האט געמאכט א סיום אויף גאנץ ש"ס און געזאגט דעם הדרן, און דערנאך האט דושינסקיא רבי געזאגט דעם קדיש,
מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויף ניגוני שמחת התורה, דער חתן איז געטאנצן מיט דושינסקיא רבי, מיט אביו הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט'ן חתן, דערנאך מיט'ן אבי החתן און מיט'ן זיידן דושינסקיא רבי, און דערנאך מיט די גאנצע אויבן אן,
דערנאך האט דער רב ווארעם אנגעוואונטשן דעם זיידן דושינסקיא רבי און זיך געזעגנט לשלום,
ארום 11:10 האט דער רב פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ביים אנקומען אין קרית יואל האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרב ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ביקעל הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, דערנאך מיט'ן אבי החתן הרב אברהם יוסף, און דערנאך מיט אלע מחותנים און זיידעס,
דער רב האט פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.

א גוטע נאכט.
👁 22
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:31 PM
#19
= דינסטאג פרשת בהעלותך =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט.

אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה ומעריב בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

אום 11:00 איז דער רב אריין בקודש פנימה צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש אויף היוז סטריט אין וויליאמסבורג וואו דער רב האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט פון די ווייץ שניט וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מאנטאג אין וואדלענד קאליפארניע לקראת חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט, נאך וואס דער רב איז אראפגעפארן בשליחות הקודש פון רבינו שליט"א צו עומד זיין בראש און שטיין על המשמר ביים שניידן די ווייץ אז אלעס זאל געטוהן ווערן כראוי וכהוגן מיט אלע חומרות והידורים, דער רבי האט פאר א לענגערע צייט אויסגעפרעגט אלע פרטים פונעם שניט און ארום, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די טירחא און זיך געזעגנט לשלום.

א גוטן טאג.
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:31 PM
#18
דער רב איז אנקומען צום ווייץ פעלד ארום 12:30 אזייגער ארטיגע זייגער, 3:30 אזייגער ניו יארק'ע זייגער,
מען איז תיכף איבערגעגאנגען אלע טעכנישע פרטים און זיך געגרייט צום ווייץ שניט, מען האט זיכער געמאכט אז די ווייץ זענען מהודר בלי שום פקפוק וחשש פון מצומחות אדער מבוקעות, און נאך חצות היום האט מען אנגעהויבן שניידן די ווייץ אויפ'ן זעלבן אופן ווי אין אריזאנע נישט טוישנדיג קיין זיז כל שהוא פון די חומרות והידורים וואס רבינו שליט"א האט אראפגעשטעלט.

דער רב איז ארויף אויפ'ן קאמביין מאשין, עס אנגעצינדן, און געזיצן אויפ'ן קאמביין מאשין פאר איבער צוויי און א האלב שעה, דערנאך איז הרה"ג ר' יואל יצחק ארויף אויפ'ן קאמביין מאשין, און דערנאך ר' יואל שלמה, ווען בשעת מעשה איז מען ארומגעפארן דעם גאנצן פעלד און געשניטן די ווייץ מיט'ן חומרא אז א איד זאל מיטפארן און זיין ביים גאנצן שניט,
מען האט געשניטן דעם ריזן סכום פון קרוב צו א האלב מיליאן פונט ווייץ לשם מצות מצוה וואס מיט דעם וועט מען בעז"ה קענען נאכקומען די פארלאנג לקראת חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט.

במשך דעם גאנצן צייט פונעם שניידן, האבן הרה"ג ר' הערש לייב און ר' ברוך יודא עומד געווען על המשמר ביים פאקן די ווייץ, און אויפ'ן וועג ארויס האט זיך דער רב אפגעשטעלט און זיך אומגעקוקט אויף אלע פרטים פארזיכערנדיג אז אלעס ווערט געמאכט בהידור גמור.

ארום 4:30 ארטיגע זייגער האט דער רב פארלאזט דעם פעלד צוזאמען מיט הרה"ג ר' יואל יצחק, אויפ'ן וועג צו א דערנעבנדיגע האטעל וואו דער רב האט געוויילט פאר ארום א שעה צייט,
דער רב האט זיך צוריקגעקערט צום פעלד און בטירחא דגופא געשניטן ווייץ קצירת יד פאר איבער א שעה צייט.

דערנאך איז דער רב אריבער צום אפטיילונג וואו מען קלויבט די ווייץ, און צום אפטיילונג וואו מען רייניגט די ווייץ, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף אלע חומרות והידורים זיכער צו מאכן אז ס'זאל ח"ו נישט צוקומען צו קיין חשש חמץ.

אויפ'ן וועג ארויס האט זיך דער רב באדאנקט פאר די בעלי בתים און די שומרים פונעם פעלד, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום סאן פראנסיסקא לופטפעלד פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אויפ'ן וועג קיין ניו יארק אום 8:35 קאליפארניע זייגער, 11:35 ניו יארק'ע זייגער,
אום 5:05 דינסטאג פארטאגס ניו יארק'ע זייגער האט די פליגער פונעם רב געלאנדעט אינעם JFK לופטפעלד אין ניו יארק פון וואו דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים לביתו אין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
👁 22
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:31 PM
#17
= מאנטאג פרשת בהעלותך =

ארום 5:00 פארטאגס האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אום 7:00 אויפ'ן וועג קיין קאליפארניע,
פאר'ן זיך הייבן האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית,
די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אינעם סאן פראנסיסקא לופטפעלד אין קאליפארניע ארום 10:15 ארטיגע זייגער, 1:15 ניו יארק'ע זייגער,
פון דארט איז דער רב צוגעפארן צום ווייץ פעלד אין וואדלענד קאליפארניע במקום שאין גשמים מצויין.

נאך וואס איינס פון די פינעף פעלדער וואס מ'האט געפלאנצט אין יומא אריזאנע האט נישט מצליח געווען דאס יאר ארויסצוגעבן די ווייץ הונדערט פראצענט לויט די מהודר'דיגע סטאנדארטן מיט די פילע חומרות והידורים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט איינגעפירט און מען האט איבערגעלאזט אפילו די ווייץ פון יענעם פעלד וואס מ'האט שוין געהאט געשניטן צוליב א שאלה וואס איז כשר לויט אלע פוסקים אבער רבינו שליט"א האט נישט מוותר געווען פארלאנגענדיג אז מ'זאל נישט נוצן די ווייץ לחומרא יתירה,
האט מען איינגעזעהן אז מ'וועט נישט קענען נאכקומען דעם ברייטן פארלאנג פונעם ציבור פאר די מצות מהודרים, וויבאלד לויט ווי ס'ווערט געשאצט איז דער סכום וואס די איבריגע פעלדער האבן ארויסגעגעבן, ווייט פון גענוג אויפ'ן קומענדיגן יאר, און כדי צוצושטעלן גענוג מצות פאר אלע חברי קהילתינו הק' און אזוי אויך פאר די אידן פון אנדערע קהילות וועלכע זענען מהדר נאר צו נעמען פון די מהודר'דיגע מצות, פעלט זיך אויס פיל מער ווייץ,
ממילא, איז מען ע"פ הוראת קדשו פון רבינו שליט"א אראפגעפארן צו די קאליפארניע פעלדער וואו מ'האט בס"ד געטראפן גאר מהודר'דיגע ווייץ.

כדי צו פארזיכערן אז אלעס איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג על צד היותר טוב און מיט אלע חומרות והידורים וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט, האט דער רב אונטערגענומען דעם נסיעה בשליחות הקודש פון אביו הגדול מרן רבינו שליט"א עומד צו זיין בראש און שטיין על המשמר אז אלעס זאל געטוהן ווערן כראוי וכהוגן.

מיט'ן רב זענען מיטגעפארן די דיינים המכשירים הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י, און אזוי אויך די ממונים מטעם בית האופה מו"ה יואל שלמה זאלדאן הי"ו - ק"י, און מו"ה ברוך יודא שפיטצער הי"ו.
👁 26
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:30 PM
#16
= זונטאג פרשת בהעלותך =

ארום 11:30 פארמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אין חדר שלמה חיים,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף י"ז - י"ט,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 1:00.

אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה ומעריב בבית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

א גוטע נאכט.
👁 25
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:30 PM
#12
הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א ביים מהודר'דיגן ווייץ שניט היינט אין די פעלדער אין וואדלענד קאליפארניע במקום שאין גשמים מצויין - בשליחות הקודש של אביו הגדול כ''ק מרן רבינו שליט''א
👁 26
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:29 PM
#11
= מאנטאג פרשת בהעלותך =

היינט אינדערפרי האט הגה''צ אבדק''ק ור''מ שליט''א זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קאליפארניע צו שניידן ווייץ לקראת חג הפסח שנת תשפ"ה לפ"ק הבעל"ט אינאיינעם מיט מיט די הנהלת בית האופה דקהילתינו הק' און מיט די דייני ורבני קהילתינו הק' וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים פאר'ן קומענדיגן יום טוב פסח הבעל"ט.

= ושמרתם את המצות =
👁 28
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:29 PM
#10
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק יברכך ה' וישמרך און ארויסגעברענגט אז כדי מען זאל זוכה זיין צו ברכת ה' ביים בויען א אידישע שטוב דארף זיין ילמוד תורה ואח"כ ישא אשה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"ה בראך הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו - ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
שלישי: הרב מנחם אייגר שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרב שמעון אייגער שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'יברכך ה' וישמרך' און ארויסגעברענגט אז יעדע איד איז זיך מקבל קבלות טובות במשך יו"ט שבועות מען דארף אבער זען עס איינצוהאלטן און נישט נאכלאזן, און דעמאלטס וועט מען זוכה זיין צו אלע ברכות פון ברכת כהנים און עס וועט זיין 'וישמרך' די ברכות וועלן ווערן אפגעהיטן און מען וועט האבן כל טוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו - ב"פ.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אברהם יושע אייגר שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

א גוטע וואך.
~🌴~
👁 34
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:29 PM
#9
= שבת קודש פרשת נשא =

דעם שבת קודש האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין עיר הצדק קרית יואל יצ"ו בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל די שמחה בחצרות קדשינו - שמחת עלי לתורה פון החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן לגיסו הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א רב דביהמ"ד אהל פיגא קרית יואל.

אלע תפילות שבת קודש האט דער רב געדאווענט אין בית מדרשינו הגדול,
די סעודות האט דער רב געגעסן ביים שמחה אין די זאלן פון קרן ויואל משה,
ביים סעודת ליל שבת קודש האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד השמחה,
נאכ'ן סעודה איז דער רב אריבער צום עריכת שלחן הטהור פון רבינו שליט"א.

מיר לייגן דא ארויף די באריכט פונעם גאנצן שבת קודש בצל הקודש פון רבינו שליט"א אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש - ותשואות חן חן להם.

🌴בצל הקודש🌴

=שבת קודש פרשת נשא - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א=
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר שמואל זלמן שפיץ שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א - ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכת כהנים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מלאכה שאינה צריכה לגופה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו - מאנטריאל.
ביים טיש האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און דער רבי האט מכבד געווען צו זאגן תורה.
ברכת המזון: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אייזיק'ל מזידיטשוב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק ט' סיון.
קה רבון עלם: די מחותן הרה"ג ר' אברהם יושע אייגר שליט"א מלובלין.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א - ראש ישיבת דושינסקיא ירושלים.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.

=וביום השבת=

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יחזקאל קארפען הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' חיים מאיר סאנדער הי"ו.
לוי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - באווארפען.
שלישי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
רביעי: הרה"ג ר' אברהם יושע אייגר שליט"א.
חמישי: החתן נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א, מען האט געזינגען ביים באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יואל ישראל מאיר אקער הי"ו. ר' קלמן אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
הוספות: החתן שלום אליעזר זוסיא ב"ר מרדכי מתתי' האלפערט הי"ו - באווארפען.
החתן שלמה מנשה ב"ר יואל ברש"א בראך הי"ו - באווארפען.
החתן מאיר בהר"ר אנטשיל קארפען שליט"א - באווארפען.
החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו - באווארפען.
החתן אשר לעמיל ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו - באווארפען.
החתן ליפא ב"ר יואל בר"ה בראך הי"ו - באווארפען.
החתן אהרן ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - באווארפען.
אחרון: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי מתתי' האלפערט הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אביגדור וויינבערגער הי"ו - ירושלים.
👁 47
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:29 PM
#6
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי שלו"ס דעם שבת קודש בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נאכ'ן שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן גיסו הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א רב דביהמ"ד אהל פיגא - אין בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל יצ"ו.
👁 30
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:28 PM
#5
= פרייטאג פרשת נשא ~ אסרו חג שבועות =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר אברהם יודא בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.

א גוטע וואך.
👁 30
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:28 PM
#4
= זמנים לשבת קודש פרשת נשא =

דעם שבת קודש וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין עיר הצדק קרית יואל יצ"ו בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל די שמחת עלי' לתורה בחצרות קדשינו - החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן גיסו הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד אוהל פיגא קרית יואל.

זמנים לשבת קודש בצל הקודש:

זמן הדלקת הנרות: 8:16.
סוף זמן קרי"ש: 8:34.
זמן מוצאי שבת: 9:44.

מנחה וקבלת שבת: 9:00.

עריכת שלחן הטהור של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א: ארום 15 מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן בהיכל השולחנות בבנין מבצר הכוללים, אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי המתיבתא.

שחרית יום שבת קודש: 9:30,
קידושא רבא אחר התפילה לרגל השמחה בחצרות קדשינו בהיכל בית מדרשינו הגדול צד צפון - חדרי ישראל דוב-יוסף אלי'.

מנחה וס"ג: 9:00.

א גוט שבת.
👁 27
Channel created · מאנטאג · Jul 8, 2024