🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ג תמוז תשפ״ד · Jul 19, 2024 · 3:22 PM
#115
= ערב שבת קודש פרשת בלק =

דעם שב"ק וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין מחנה ישיבה לצעירים ליבערטי נ.י. וואו דער רב האלט זיך אויף במשך די ימי הקיץ,
דער רב וועט דאווענען אלע תפילות דורכאויס שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און אזוי אויך פראווענען די סעודות שב"ק.

ביי שלש סעודות וועט מען ספעציעל צולייגן נאך עטליכע רייעס זיצן אינעם היכל הביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו פון אלע ארומיגע געגנטער וואס קומען מיטהאלטן די דברי כיבושין ביים פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א,
די GPS אדרעסס פונעם קעמפ איז:
101 Ferndale Loomis Rd. Liberty NY


= זמנים לשבת קודש ~ ליבערטי נ.י. =
זמן הדלה"נ: 8:14.
סוף זמן קרי"ש: 8:47.
זמן מוצש"ק: 9:41.

= זמנים לשבת קודש במחנה ישיבה לצעירים =
תפילת מנחה וקב"ש: 8:45.
סעודת ליל שבת קודש: ארום 15 מינוט נאך גוט שבת זאגן בהיכל הביהמ"ד.
תפילת שחרית יום שבת קודש: 10:00.
סעודת יום שבת קודש: ארום 20 מינוט נאך גוט שבת זאגן בהיכל הביהמ"ד.
מנחה: 7:00.
של''ס: 8:35.

"שבת קודש נפשי חולת אהבתך"

א גוט שבת.
👁 22
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ג תמוז תשפ״ד · Jul 19, 2024 · 9:29 AM
#114
= פרשת בלק =

מאנטאג אום 10:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

ארום 9:05 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת, אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דינסטאג אום 9:30 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 8:50 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת, אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

מיטוואך אום 8:00 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 9:00 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת, אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטע נאכט.
👁 21
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״א תמוז תשפ״ד · Jul 17, 2024 · 6:09 PM
#113
= זונטאג פרשת בלק =

אום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צו עקזיט 7 (וויליס) אין מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ"ז - כ"ט,
דער רב האט פארלאזט דעם מחנה ארום 1:45.

שפעטער נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין די טשעסטער געגנט אין קרית יואל צו ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט געזאגט עטליכע טייטשן אין די וואכעדיגע פרשה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.

אום 6:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר יעקב מרדכי בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל,
נאך מנחה איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פונעם רב, און דער רב איז אהיים לביתו אין קרית יואל.

שפעטער אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.

ארום 11:35 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו אין ווילאמסבורג.

א גוטע נאכט.
👁 23
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״א תמוז תשפ״ד · Jul 17, 2024 · 6:09 PM
#112
= רעוא דרעוין =

ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות, דערנאך האט מען פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.

דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די באקאנטע מחלוקת צווישן דעם רמב"ם און דער רמב"ן ווער ס'איז אויף א העכערע מדריגה, איינער וואס איז אינגאנצן אויסגעארבעט אדער איינער וואס האט נאך א יצר הרע, דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז ס'איז דא צוויי מהלכים וויאזוי קען מען אויסארבעטן די יצר הרע, תורה און שבת, דער רב האט אויסגעפירט אז אויב א בחור לערנט נישט כאטשיג א גוטע צוויי שעה במשך שבת, איז אפי' נישט דא מיט וואס צו גיין צום טיש,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסע געלעגנהייט אין קעמפ צו שטייגן, וויפיל בחורים זענען שוין אויסגעשטיגן פון צווישן די ווענט פון דעם קעמפ, וויפיל בחורים ס'האבן זיך גענומען אין די הענט אריין דא און אויסגעוואקסן גאר גרויס,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.

מ'האט געזינגען ידיד נפש, קל מסתתר, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

מ'האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים זענען אריבער נעמען הבדלה וויין,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
דער רב ארויס פונעם בנין הביהמ"ד צו קידוש לבנה,
מען האט געענדיגט ארום 11:35 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוטן טאג.
👁 21
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״א תמוז תשפ״ד · Jul 17, 2024 · 6:09 PM
#111
= שבת קודש פרשת חקת =

ערב שבת קודש ארום 8:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים,
פאר מנחה האט דער רב מזכה געווען די פת פאר'ן עירוב אינעם מחנה,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק בקול אדיר בלהבות אש קודש ווי איינגעפירט יאר יערליך אין מחנה ישיבה לצעירים כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 10:15 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש,
דער רב האט קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.

נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די הארבקייט פון מחלוקת, איבערהויפט דא אין קעמפ וואו ס'איז פיל מער נוגע, מ'דארף גאר שטארק נזהר זיין בכבוד חבירו, אזויווי מ'זעהט אין רמב"ן און אין נאך פיל ראשונים אז די חטא פון משה ואהרן ביי די מי מריבה איז געווען אז זיי האבן אנגערופן די אידן 'שמעו נא המורים'.

מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון 'דין בן נח או דין ישראל',
מען האט געזינגען קה אכסוף, נאכפאלגנדיג מיט'ן באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך, און דערנאך האט מען געבענטשט.

נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען די התוועדות ליל שבת קודש,
מען האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל ברוך טעם זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן ביום השבת קודש - ח' תמוז,
מ'האט געזינגען אז ביום השביעי,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

= וביום השבת קודש =

אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, דער רב האט עולה געווען שישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום א האלבע שעה נאך תפילת מוסף איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שב"ק,
דער רב האט קידוש געמאכט און מוציא געווען די בחורים,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די ענין פון ו' חוקת, און פארציילט עטליכע מעשיות וואס איז געשעהן אין דעם טאג.

מ'האט אויפגעגעבן די אייער, דערנאך האט דער רב מסביר געווען פאר די תלמידי הישיבה וויאזוי מ'דארף זינגען דעם זמר 'חי השם', אנדערש ווי מ'זינגט עס אין די וועלט.

מ'האט געזינגען חי השם, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער וויאזוי מ'דארף זינגען די ניגונים ביי של"ס.

מ'האט אויפגעגעבן די טשולענט, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה על הפרשה, דער רב האט אנגעהויבן אז מ'האט זיך געפירט אז שבת צופרי זאגט מען נישט קיין דרוש ופלפול, נאר מ'קען צולייגן אויף די תורה פון שבת ביינאכט, און דער רב האט טאקע ממשיך געווען מיט א טיפזיניגע דרוש געבויעט אויפ'ן תורה פון שבת ביינאכט.

מ'האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש, און מ'האט געבענטשט,
מהאט געענדיגט אום 3:00, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · ז׳ תמוז תשפ״ד · Jul 13, 2024 · 10:47 PM
#101
= פרייטאג פרשת חקת =

אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים ביים פארטאגס סדר פאר א שטיק צייט מיט א קענטיגע קורת רוח.

דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית.

א גוט שבת.
👁 34
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · ז׳ תמוז תשפ״ד · Jul 13, 2024 · 10:47 PM
#100
= דאנערשטאג פרשת חקת =

אום 9:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי און דערנאך גומל געבענטשט נאך וואס דער רב האט זיך נעכטן צוריקגעקערט פונעם בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פונעם רב,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אום 10:45.

אום 6:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

ארום 6:30 איז דער רב געווען אויף ניחום אבלים ביי משפחת הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל מחבר ספרי סיעתא דשמיא,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים.

אויפדערנאכט ארום 9:45 איז דער רב אנגעקומען צום שמחת הבר מצוה פון בן מוה"ר יואל יצחק מאטצען הי"ו בן הרה"ח ר' בנציון הי"ו חתן הרה"ח ר' מנחם פתחי' בראך הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די ראק וועניאו זאל איז וואדרידזש,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פארן טאטן, און פאר די זיידעס,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א קורצע דרשה בעניני בר מצוה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ארום 10:45 איז דער רב צוגעפארן צום מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב,
נאך מעריב זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פונעם רב.

א גוט שבת.
👁 33
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ו׳ תמוז תשפ״ד · Jul 12, 2024 · 6:11 PM
#99
= ערב שבת קודש פרשת חוקת =

דעם שב"ק וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י.,
דער רב וועט דאווענען אלע תפילות דורכאויס שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און אזוי אויך פראווענען די סעודות שב"ק.

ביי שלש סעודות וועט מען ספעציעל צולייגן נאך עטליכע רייעס זיצן אינעם היכל הביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו פון אלע ארומיגע געגנטער וואס קומען מיטהאלטן די דברי כיבושין ביים פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א,
די GPS אדרעס פונעם קעמפ, פאר די הונדערטער אנשי שלומינו פון די ארומיגע קעמפס און קאנטרי'ס וואס ווילן קומען נאכ'ן זמן מיטצוהאלטן דעם גאר געהויבענעם שלש סעודות איז:
101 Ferndale Loomis Rd. Liberty NY

= זמנים לשבת קודש פרשת חקת ~ ליבערטי נ.י. =
זמן הדלה"נ: 8:19.
סוזק"ש: 8:44.
זמן מוצש"ק: 9:46.

= זמנים לשבת קודש במחנה ישיבה לצעירים =
תפילת מנחה וקב"ש: 8:50.
סעודת ליל שבת קודש: 15 מינוט נאך גוט שבת זאגן.
תפילת שחרית יום שבת קודש: 10:00.
סעודת יום שבת קודש: 15 מינוט נאך גוט שבת זאגן.
מנחה: 7:50.
שלש סעודות: 8:40.

"שבת קודש נפשי חולת אהבתך"

א גוט שבת.
👁 29
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ו׳ תמוז תשפ״ד · Jul 12, 2024 · 6:11 PM
#98
= מיטוואך פרשת חקת =

אום 7:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען פונעם רב.

נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבער אין באגלייטונג פון די הנהלת הישיבה אין שפיץ פון הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - יו"ר ההנהלה, זיך אומקוקן אויף די צוויי נייע בנינים וואס איז נארוואס אפגעקויפט געווארן פאר די באנוץ פון די ישיבה גדולה,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויפ'ן גאנצן בנין א לענגערע צייט און דורכגעגאנגען פארשידענע פלענער און פארשריט און מאציל געווען ברכות לרוב.

ארום 10:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום לאנדאן היטראו לופטפעלד פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אום 1:10 נאכמיטאג לאנדאנ'ע זייגער, 8:10 אינדערפרי ניו יארק'ע זייגער,
אום 4:05 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער האט די פליגער פונעם רב געלאנדעט אינעם JFK לופטפעלד אין ניו יארק, פון וואו דער רב איז צוגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה לביתו אין וויליאמסבורג.

אום 6:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל,
צום ערשט איז דער רב אנגעקומען צום שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל הרה"ח ר' ארי' ב"ר אברהם שמואל פרידלענדער הי"ו,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון כינור דוד וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וועלכע איז געווען אנוועזנד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער דיין שליט"א האט אויסגעפרעגט איבער די נסיעה קיין לאנדאן פון וואס דער רב האט זיך נארוואס צוריקגעקערט,
דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון בית רחל פאראדייס וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארץ הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו - חבר הנהלת ישיבת דרך התורה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן אבי הכלה הרה"ח ר' יוחנן הי"ו.

ארום 10:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.

תיכף ביים אנקומען אין וויליאמסבורג ארום 11:00 איז דער רב צוגעפארן לבית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט.

א גוטן טאג.
👁 25
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ו׳ תמוז תשפ״ד · Jul 12, 2024 · 6:11 PM
#97
דער רב איז אנגעקומען צום מעמד קבלת פנים וואו דער רב האט מסדר געווען די כתובה, ביים חופה איז דער רב מכובד געווארן מיט סידור קידושין.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א - ראה"כ ומח"ס לב שומע, וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק פאר אנשי שלומינו וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סומעס לטובת די הייליגע מוסדות,
במשכ'ן מסיבה האט זיך פארמירט שיינע שמועסן מיט די אנוועזנדע נגידי ונכבדי אנ"ש,
דער רב האט געמאכט א לחיים און דערנאך משמיע געווען דברי ברכה,
דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די סגולה פון שטיצן די הייליגע מוסדות פון ר' מאיר בעל הנס, און די גרויסע זכיה אז מ'קען שטיצן אזא הייליגע מוסד וואס די רבי זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און ס'איז זיכער אז דער רבי זי"ע שיקט אראפ פון אויבן אין הימל השפעות טובות פאר אזעלכע אידן וואס שטיצן דעם מוסד, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ארום 10:30 איז דער רב צוריק אנגעקומען צום שמחת החתונה פון החתן בן תלמידו הרה"ג ר' הערשל ווייזער שליט"א, דער רב האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן אבי החתן הרה"ג ר' הערשל,
דער רב האט פארלאזט דעם זאל ארום 11:15.

א גוטן טאג.
👁 19
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ו׳ תמוז תשפ״ד · Jul 12, 2024 · 6:11 PM
#96
= דינסטאג פרשת חקת - בעיר הבירה לאנדאן =

אום 10:00 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן,
נאך תפילת שחרית איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פונעם רב.

נאכ'ן דאווענען איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אליעזר לעוו הי"ו מנכבדי הקהילה וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים לרגל דאס שליסן מקח אויף צוויי בנינים פאר די באנוץ פון "ישיבה גדולה ומתיבתא החדש דמוסדותינו הק' אין לאנדאן",
דער מסיבת לחיים איז פארגעקומען אין בראשות דעם רב שליט"א בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און עס האבן זיך משתתף געווען הגה"צ אב"ד דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א ריש המתיבתא, הגה"צ דומ"ץ וראה"כ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א, הרה"ג ר' אברהם שלמה פאדווא שליט"א ראש הישיבה, די חברי הנהלה רוחניות און די הנהלה גשמיות פון די נייע ישיבה גדולה, אזוי אויך האבן זיך באטייליגט די ראשי הקהילה והמוסדות און די געטרייע עסקנים,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט'ן לאנדאנ'ע רב, דער דיין, די ראשי הקהילה, די הנהלה רוחניות, די הנהלה גשמיות, און מיט די חשוב'ע עסקנים.

ר' אליעזר הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה וואו ער האט ארויסגעברענגט די שוועריקייטן און די לאנגע מוטשעניש ביז מהאט געטראפן א פאסיגן מקום תורה פאר די באנוץ פון די ישיבה, און יעצט זייענדיג אויף יו"ט שבועות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין קרית יואל איז ער אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן און פארגעלייגט דעם פראבלעם, און דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן,
און ווי מ'זעהט טאקע אז ברכת צדיק עשה רושם, און תיכף ומיד נאך שבועות איז אונטערגעקומען די צוויי בנינים, און אלעס איז געגאנגען גרינג און אדורך בשלום,
ר' אליעזר האט אויך געזאגט אז מ'וועט אי"ה ווייטער אייביג זיין גרייט צו טוהן אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר די הצלחה פון קהילתינו הק' בכלל און פונעם ישיבה בפרט.

עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט'ן די רבנים וראשי הקהילה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה וואו דער רב האט ארויסגעברענגט אז בײ אברהם אבינו זעהט מען אז אברהם האט משפיע געווען תורה און אליעזר האט צוגעהאלפן, די זעלבע זאך זעהט מען דא אז דער מנהל הייסט ר' אברהם וואס ער איז די חלק התורה און אליעזר העלפט צו מיט די געלט חלק,
דער רב האט געטייטשט 'בורא עולם בקנין' דאס גייט ארויף אויפ'ן ראש ישיבה וואס בויעט אויף דעם בחור'ס עולם, און 'השלם זה הבנין' גייט ארויף אויף ר' אליעזר און זיינע ברודער'ס וואס געבן די תשלומין,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האט דאס שוין געזעהן ביי זייער טאטן ר' ישעי' וואלף ע"ה, און א לענגערע צייט ארומגערעדט בשבחו, צווישן אנדערע אז ווען מ'איז געווען ראש ישיבה אין אנטווערפן, האט ער זיך כסדר נאכגעפרעגט און גאר שטארק ארויסגעהאלפן, און די קינדער גייען אין זיינע וועגן ובראשם ר' אליעזר,
אין די ערשטע געלעגנהייט וועט מען איבערגעבן א גריס פאר'ן טאטן זאל זיין געזונט איבער די שיינקייט פון די קהילה און די מוסדות און איבער די הרחבת הגבולים אין שטאט,
ווען דער טאטע זאל זיין געזונט איז געקומען אין לאנדאן בשנת תשנ"ז, האט דער טאטע געזאגט אז ס'דארף זיין א ישיבה, אז נישט גייט די ארבעט לאיבוד, און ברוך השם אז מ'האט שוין דא א תלמוד תורה מיט א ישיבה, און יעצט אויך א ישיבה גדולה,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר ר' אליעזר, אחיו ר' אשר זעליג, פאר די הנהלת הישיבה וכל העוסקים במלאכת הקודש, און פאר אלע משתתפים.

דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער.

ביים סוף פון די אסיפה איז די הנהלת הישיבה צוזאמען מיט'ן מנהל הרה"ג ר' אברהם שלמה שליט"א איבערגעגאנגען אלע פרטים פונעם פראיעקט מיט'ן רב, די פלענער אויף ווייטער, און אלעס ארום.

דערנאך איז דער רב אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ אב"ד דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה, און איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין שטאט,
דער לאנדאנ'ע רב האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און מ'האט זיך געזעגנט לשלום, און דער לאנדאנ'ע רב האט ארויסבאגלייט דעם רב ביז צו די גאס.

אין די נאכמיטאג שעהן האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן.

פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען צום יסודי התורה זאל אין לאנדאן וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' הערשל ווייזער שליט"א - כותב החידושי תורה, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יחזקאל שמואל ב"ר יושע נחמן שרייבער הי"ו,
👁 19
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ה׳ תמוז תשפ״ד · Jul 11, 2024 · 9:27 PM
#94
= מאנטאג פרשת חקת =

אום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגן הגבה.

אום 2:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 5:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אום 6:48 אויפ'ן וועג קיין לאנדאן ענגלאנד,
אויפ'ן פליגער האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב,
אום 6:45 דינסטאג פארטאגס לאנדאנ'ע זייגער, 1:45 מאנטאג ביינאכט ניו יארק'ע זייגער, האט די פליגער פונעם רב געלאנדעט אינעם לאנדאן היטראו לופטפעלד פון וואו דער רב איז צוגעפארן א וועג פון ארום א שעה און א האלב צום אכסניא בבית הרבני הנגיד אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דקהילתינו הק' לאנדאן.

א גוטע נאכט.
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ד׳ תמוז תשפ״ד · Jul 10, 2024 · 4:19 PM
#93
= מיטוואך פרשת חקת 4:05 נאכמיטאג אין ניו יארק =

די פליגער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט יעצט געלאנדעט אינעם JFK לופטפעלד אין ניו יארק נאך די קורצע בליץ באזוך אין לאנדאן,
אין ארום א האלבע שעה וועט זיך דער רב ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג

= בזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה, הוא זיוה, הוא הדרה =
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ד׳ תמוז תשפ״ד · Jul 10, 2024 · 10:35 AM
#92
= זונטאג פרשת חוקת - ב' דר"ח תמוז =

אינדערפרי האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט פון מחנה ישיבה לצעירים צו מחנה נייטרא אין לאקשעלדריק נ.י. וואו עס האלטן זיך אויף אין די יעצטיגע זומער וואכן די תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה סניף א' בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א,
ארום 9:45 איז דער אנגעקומען צום בנין הביהמ"ד אינעם מחנה וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה לרגל ראש חודש.

פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר'ן בחור הבר מצוה ב"ר שלמה וויזענפעלד הי"ו,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

דער רב האט פארלאזט דעם מחנה אום 11:45 אויפ'ן וועג קיין מאנטיסעלא נ.י.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צו עקזיט 7 (וויליס) אין מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ"ב - כ"ה,
דער רב האט פארלאזט דעם מחנה ארום 1:30.

ארום 7:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין בית המדרש במחנה ישיבה לצעירים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש במחנה ישיבה לצעירים.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
👁 22
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ד׳ תמוז תשפ״ד · Jul 10, 2024 · 10:23 AM
#69
הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבת לחיים לרגל דעם גמר המקח פון די בניני ישיבה גדולה אין לאנדאן, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו הי"ו יו"ר הנהלת הישיבה, היינט נאכמיטאג אין לאנדאן.

גרויסער מקח געשלאסן בעידודו ובברכת הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אויף צוויי בנינים ווי די ישיבה וועט פלאצירט ווערן שוין ביי די פתיחת שערי הישיבה קומענדיגען חודש אלול הבעל''ט
👁 21
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ג׳ תמוז תשפ״ד · Jul 9, 2024 · 8:39 PM
#59
= וביום השבת קודש =

אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית וואו דער רב האט פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כמנהג סיגוט, און אויסגעלאזט אהבה רבה בהתעוררות רב ובבכיות עצומות.

דערנאך האט דער רב פארגעדאווענט הלל בהתלהבות עצומות, באש להבת שלהבת, אריינברענגענדיג דעם גאנצן ציבור אין א העכערע דערהויבענע שטימונג.

ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, דער רב האט עולה געווען שישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מען האט געענדיגט אום 1:15 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה וואו דער רב האט געפראוועט די סעודת יום שבת קודש אויף א פריוואטע פארנעם.

= רעוא דרעוין =

ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות, דערנאך האט מען פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.

דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ואהרן מה הוא די תלינו עליו' און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט מחדש געווען אז קרח האט זיך געקריגט אויף אהרן הכהן אין די מחלוקה פונעם רמב"ם און דעם רמב"ן ווער ס'איז אויף א העכערע מדריגה, איינער וואס איז אינגאנצן אויסגעארבעט אדער איינער וואס האט נאך א יצר הרע,
קרח האט אינגאנצן אויסגעריסן זיין יצר הרע און ממילא האט ער געהאלטן אז די כהונה קומט זיך פאר אים, אבער משה רבינו האט גע'טענה'ט אז טאקע ווייל אהרן הכהן איז נישט אינגאנצן אויסגעארבעט און ער האט נאך א יצר הרע, קען ער נאך געבן מוסר פאר אידישע קינדער, צווישן אנדערע האט דער רב נאכגעזאגט די גמ' אז ווען ס'איז דא א חולה אינדערהיים, זאל מען גיין צו א תופס ישיבה, דער רב האט ארויסגעברענגט אז פארוואס דארף מען דווקא גיין צו א תופס ישיבה, ווייל ווען א ראש ישיבה איז צובראכן, ווערן אלע תלמידים צובראכן און די תלמידים וועלן מתפלל זיין, און דער רב האט ארויסגעברענגט אז די בחורים האבן א גרויסע כח מתפלל צו זיין, און מ'זאל מתפלל זיין פאר אלע חולי ישראל זאלן ווערן אויסגעהיילט בקרוב,
דער רב האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.

מ'האט געזינגען ידיד נפש, קל מסתתר, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

מ'האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, די בחורים זענען אריבער נעמען הבדלה וויין,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוטן טאג.
👁 20
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ג׳ תמוז תשפ״ד · Jul 9, 2024 · 8:39 PM
#58
= שבת קודש פרשת קרח - א' דר"ח תמוז =

ערב שבת קודש ארום 8:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אינעם בית המדרש במחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק בקול אדיר בלהבות אש קודש ווי איינגעפירט יאר יערליך אין מחנה ישיבה לצעירים כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 10:15 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
 
אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש,
דער רב האט קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.

נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די געהויבענע שבתים אין קעמפ, און וויפיל מען קען נתעלה ווערן אין קעמפ,
עקסטער האט דער רב ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אויפשטיין שבת אינדערפרי און לערנען פאר'ן דאווענען, דער רב האט געטייטשט דעם פסוק 'בוקר ויודע השם את אשר לו' אז שבת צופרי קען מען זעהן ווער עס באלאנגט צום אויבערשטן,
דער רב האט אױך אויפגעפאדערט פון די בחורים צו ליינען קריאת שמע אינדערפרי מיט אן ערנסטקייט און יראת שמים,
דער רב האט נאכגעזאגט וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זאגט אין צעטיל קטן אז מ'דארף זיך אויס'משל'ן ווי מ'גייט אריין אין פייער אויף קידוש השם, און ארויסגעברענגט אז מ'גייט נישט אין פייער אויף קידוש השם מיט א נאכט העמד וכדו', און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון 'יש אם למקרא או למסורת' און אין די סוגיא פון 'מודעה רבא לאורייתא'.

מען האט געזינגען קה אכסוף, נאכפאלגנדיג מיט'ן באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך, און דערנאך האט מען געבענטשט.

נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען די התוועדות ליל שבת קודש,
מען האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שלמה קלוגער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן ביום השבת קודש - ל' סיון,
מ'האט געזינגען אז ביום השביעי,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
👁 23