🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:38 PM
#53
= דאנערשטאג פרשת שלח - דאנערשטאג פרשת קרח ~ סקאטסדעיל אריזאנע =

במשך די וואך צייט האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין סקאטסדעיל אריזאנע אויף מנוחת הנפש, אינאיינעם מיט עטליכע בני המשפחה, צווישן זיי בנו הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א אב"ד ראצפערט.

דאנערשטאג פרשת שלח אום 5:05 נאכמיטאג ארטיגע זייגער, 8:05 אויפדערנאכט ניו יארק'ע זייגער האט די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אינעם פיניק"ס [PHX] לופטפעלד אין אריזאנע.

פון עירפארט איז דער רב צוגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה קיין סקאטסדעיל אריזאנע.

ביים אנקומען אין סקאטסדעיל איז דער רב צוגעפארן צום אכסניא בבית הרה"ח ר' יעקב שפיץ הי"ו.

שבת קודש פרשת שלח האט דער רב געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.

אלע תפילות שבת קודש האט דער רב געדאווענט אינעם בית המדרש אהבת תורה בבית הרה"ח ר' משה לאבל הי"ו לרפו"ש בנשיאות הרה"ג ר' ששון ראזענבוים שליט"א.

ערב שבת קודש איז דער רב צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה,
שבת אינדערפרי ביים ליינען האט דער רב עולה געווען ששי,
נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

ביי שלש סעודות האט זיך דערקענט דעם שמו הטוב הולך למרחוק, ווען אפי' אין די ווייטע סקאטסדעיל אריזאנע וואו עס געפונען זיך כמעט נישט קיין היימישע אידן, האבן זיך צוזאמגעקליבן קרוב צו דריי מנינים וואס זענען געקומען לשמוע את דבר השם,
דער רב האט געזאגט א פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה, און אריינגעצויגן ביז נאכ'ן זמן מוצאי שבת כנהוג.

במשכ'ן וואך פרשת קרח האט דער רב געדאווענט אלע תפילות אינעם ארטיגן ליטווישן בית המדרש - נוסח אשכנז.

במשכ'ן טאג האט דער רב עוסק געווען בתורה אינעם ארטיגן ליטווישן בית המדרש,
זיצנדיג איינער אליינס אינעם בית המדרש מיט פילע ספרים אויפ'ן טיש האט דער רב געהארעוועט אויף תורה ווי עס האט מעיד געווען א איד וואס איז אריינגעקומען בשעת מעשה אז דער רב זייענדיג אזוי פארטיפט אינעם לערנען האט ניטאמאל באמערקט ווי ער איז אריינגעקומען.

דאנערשטאג פרשת קרח אין די פריע צופרי שעה'ן האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.

ארום 10:15 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום פיניקס לופטפעלד אין אריזאנע,
אום 11:55 פארמיטאג ארטיגע זייגער, 2:55 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער האט די פליגער פונעם רב זיך געהויבן אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק.

א גוטע נאכט.
👁 21