🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:35 PM
#36
= מאנטאג פרשת שלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 8:50 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי עטליכע שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

אום 10:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו פאר נכדו החתן ישראל בן הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו - וואס איז געווארן אן איידעם ביי בנו מו"ה דוד הי"ו, און פאר נכדו החתן צבי בן לחתנו מו"ה ר' ישכר בעריש גליק הי"ו,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתנים, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט דער רב אויפגעטרעטן מיט א דרשה וואו דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האט חתונה געמאכט ב"ה צוויי אייניקלעך, און מ'זעהט אין אסאך פלעצער אז דאפעלט איז שטערקער,
דער רב האט דערמאנט לשבח ווי פלייסיג די חשוב'ע חתנים האבן געלערנט אין זייערע בחור'ישע יארן ובפרט אין ישיבה לצעירים וואו מ'האט עס מיטגעהאלטן און געזעהן בחוש,
אוו דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתנים, מחותנים און זיידעס.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' זלמן לייב וואגשאהל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף חכמת התורה וומ"ס, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ - וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כרם מנחם,
ביים אנקומען האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מיט'ן אבי החתן, מיט'ן אבי הכלה הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך מיט אלע מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
👁 17