🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:36 PM
#41
אנשי שלומינו אברכי קהילתינו הק' בעיר הצדק קרית יואל המעוטרה גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום ערשטמאליגן "שבת לדעת" וואס וועט פארקומען בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת מטות מסעי הבעל"ט - שבת מברכים חודש מנחם אב,
דער שבת וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אינעם 'ארמון' האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקוט, און וועט זיין ספעציעל געאייגענט פאר אברכים וואס האבן חתונה געהאט פון שנת תשע"א ביז שנת תשע"ח.

ווי באקאנט איז פקיע שמיה די שבתים וואס דער רב שליט"א פירט בהתלהבות אש קודש, די ווארעמע תפילות, די דערהויבענע סעודות, די דרשות נלהבות און אלעס ארום, און צוליב דעם איז ערווארטעט גאר א גרויסן ציבור הדורשים ומבקשים לשמוע את דבר ה' וואס ווילן האבן די זכי' אנטיילצונעמען אינעם דערהויבענעם שבת.

מער פרטים און דעטאלן וועלן אי"ה נאכפאלגן.
👁 21