ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ט ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ט ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:20 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול, מ'האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 2:00 איז דער רב אנגעקומען צו די לוי' פון הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה - מחשובי אנ"ש, וואס איז פארגעקומען ברחוב העיר פארענט פון ביהמ"ד דעעש אין וויליאמסבורג, דער רב האט משמיע געווען דברי הספד און ארומגערעדט בשבחו של מת, און דערנאך מלוה געווען די מטה פאר א שטיק צייט.
ארום 7:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בבית מדרשינו הגדול.
ארום 8:30 אויפדערנאכט איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרב רבי נפתלי שפירא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבלאזוב שליט"א אין ווילאמסבורג, וואו עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות אויפן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרב רבי נפתלי שליט"א און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם שב"ק אין ביהמ"ד בלאזוב אין בארא פארק.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים משמיע זיין דברי הספד היינט פארמיטאג לפני מיטתו פון הרה"ח ר’ שלום יוסף גאטליעב ע"ה מחשובי אנ"ש פארנט פון בית המדרש דעעש אין וויליאמסבורג. ~🌴~
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ח ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:20 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף ליכט לרגל די יומא דהילולא פון זקינו הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל טייטלבוים מ'וואלאווע זי"ע, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול, מ'האט געענדיגט ארום 10:15, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרה"ח ר' מרדכי וועבערמאן הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר מרדכי ארי' שפיצער שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר.
ארום 7:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בבית מדרשינו הגדול.
נאך מעריב האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק זיך צו באטייליגן ביים שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, החתן בן הרה"ג רבי הערשל מייזליש שליט"א - רב ביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו וומ"ס, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א חתן הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ קרית ויואל משה, עב"ג הכלה בת הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ דבית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל, חתן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חי'.
ביים אנקומען האט זיך דער רב ווארעם באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבן אן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די מחותנים און דערנאך עקסטער מיט די זיידעס הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א און הגה"צ רב דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין ווילאמסבורג וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחת פון אנשי שלומינו.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ז ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:30 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי און געלייגט טלית ותפילין.
אום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אום 7:45 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און תפילת מעריב אום 8:15 אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.
= דינסטאג פרשת כי תבא =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ח ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:20 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
אום 8:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה"ח ר' חיים נפתלי הירצקא גרינפעלד הי"ו, און פאר הבחור הבר מצוה בן הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול, מ'האט געענדיגט ארום 10:30.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בר מצוה בחורים און פאר די עלטערן, דער רב האט ארומגערעדט בגודל מעלת וקדושת התפילין, און פארלאנגט אז די בר מצוה בחורים זאלן זיך אונטערנעמען נישט צו רעדן מיט קיין תפילין, דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.
ארום 2:00 נאכמיטאג האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, צווישן אנדערע ביי די חופה פון החתן בן הרה"ח ר' יואל בר"ל הכהן פריעדמאן הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אליעזר גרינוואלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה, אין די זאל פון גינת אסתר, און ביי די חופה פון החתן בן הרה"ח ר' מנחם צבי בערקאוויטש הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' יואל משה הירש הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.
ארום 7:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בבית מדרשינו הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, אינצווישן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' אברהם שלמה ד'אנקונה הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' ישעי' ברוך שיק הי"ו חתן הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי"ו - וויען, וואס איז פארגעקומען באולם החדש הייטנער אין בארא פארק.
אום 8:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה תושבי עיר ווילאמסבורג יצ"ו.
ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ז - מ"ט, די שיעור האט זיך פארצויגן פאר איבער א שעה און א האלב וואו דער רב האט פארגעלערנט די בלעטער פאר די פילע בעלי בתים וואס האבן זיך באטייליגט ביים שיעור אויף א לייכטן אופן ס'זאל זיין גרינג צו פארשטיין, און אז מ'זאל עס קענען געדענקן.
ארום 4:15 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם עזרת נשים שע"י בית המדרש בנין בראך דקהלתינו הק' אין ווילאמסבורג וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק וומ"ס, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' ברוך יודא פריעדמאן הי"ו, די שבע ברכות איז צוגעשטעלט געווארן דורכ'ן מחותן ר' אברהם פאר אלע עסקני קהילתינו הק', ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט'ן מחותן ר' אברהם, און מיט אלע עסקני הקהילה ואישי הציבור, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן און מחותנים און פאר אלע באטייליגטע.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זיין אן עוסק בצרכי ציבור, און מחזק געווען די עסקנים אז אפי' עס קומט אמאל מיט שוועריגקייטן, איז מען זוכה צו א מורא'דיגע שכר אין דעם זכות.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בשבח פונעם מחותן ר' אברהם וויפיל ער טוט אויף מיט זיינע פילצאליגע פעולות לטובת קהילתינו הק', און זיך ווארעם באדאנקט, און ארויסגעברענגט אז מ'איז זיך געקומען משתתף זיין אלץ הכרת הטוב אויף אלעם וואס ר' אברהם טוט פאר די קהילה.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די עסקנים אז מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין די הייליגע פעולות, און עקסטער פאר'ן מחותן ר' אברהם אז ער זאל זוכה זיין צו זעהן נחת דקדושה.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן און מחותנים, און דערנאך אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן ר' אברהם, און דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 7:15 פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול פאפא אין וומ"ס וואו עס איז פארגעקומען די צענטראלע שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהילת פאפא לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מ'פאפא לרגל נישואי נכדתו הכלה בת לבנו הגדול הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א - דומ"ץ פאפא, חתן הגה"צ ר' נפתלי ארי' טויב מ'קאלוב זצ"ל, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' יוסף לויפער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף חכמת התורה, בן הגה"צ ר' בעריש שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קיוויאשד.
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט האדמו"ר מפאפא און מיט די איבריגע רבנים אויפ'ן אויבנאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט האדמו"ר מפאפא, און מיט די אנוועזנדע רבנים צווישן זיי הגה"צ אב"ד ור"מ קהילתינו לאנדאן שליט"א.
האדמו"ר מפאפא האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן חתן און מחותנים, פאר האדמו"ר מפאפא שליט"א און די איבריגע געהויבענע זיידעס שליט"א, און דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אום 7:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול, און שפעטער תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ב'.
אויפדערנאכט האט זיך דער באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
ארום 7:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, פתיחה: האברך ב"ר מרדכי לייב מיטטעלמאן הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, לוי: הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ דבית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט''א.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, מען האט געזינגען די זמירות שלש סעודות, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים כהכנה לקראת ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום.
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם ייטב לב אז ביים משפט ביום הדין, איז דא א מחלו' צווישן די נשמה און די גוף ווער ס'איז שולדיג, אבער די בעסטע עצה איז תשובה צו טוהן פאר ס'קומט צום יום הדין, און די בעסטע צייט דערפאר איז די פערציג טעג פון ראש חודש אלול ביז יום כיפור.
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם חתם סופר אז די פרשה פון שתי נשים אהובה ושנואה גייט ארויף אויפ'ן יצר טוב און יצר הרע, און די קינדער פון דעם זענען די מצוות און די עבירות, און דער חתם סופר טייטשט אויס אז מ'קוקט נישט אויף די מצוות ווילאנג ס'איז דא עבירות, מ'דארף קודם מבער זיין די עבירות און ערשט נאכדעם קען מען באקומען שכר אויף די מצוות. דער רב האט לויט דעם אויסגעטייטשט עטליכע פסוקים בפרשת השבוע.
צווישן אנדערע האט דער רב פארציילט אז א גרויסע בעל עבירה האט געוואלט תשובה טוהן, און דער רבי ר' זושא האט אים געגעבן מורא'דיג א הארבע תשובה פון פילע תעניתים וכדו' וואס ער האט נישט געקענט אויספירן, האט אים דער רבי ר' זושא געשיקט צום רבי'ן ר' אלימלך וואס האט אים געהייסן עסן יעדן טאג א סעודה כיד המלך, אבער יעדן טאג פאר די סעודה האט ער געדארפט אריינקומען צום רבי'ן ר' אלימלך און ער האט אים אויסגערעכנט זיינע עבירות אז ער האט פארלוירן די אפעטיט צום עסן, אזוי ווייט אז דער רבי ר' אלימלך האט געשטעלט א שומר זאל אין צווינגען און זיכער מאכן אז ער עסט, דער רב האט ארויסגעברענגט אז ווען א מענטש זעהט ווען זיינע עבירות פארענט פון זיך, וואלט ער שוין לאנג תשובה געטוהן.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז די עבודה פון חודש אלול איז ס'זאל נישט געפעלן קיין עבירות, 'ולא "יראה" בך ערות דבר'.
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם רבי'ן ז"ל אז די מלאכים וואס ווערן באשאפן פון עבירות, ברענגן צו דעם מענטש צו טוהן די עבירה, און דעמאלטס איז שוין זייער שווער תשובה צו טוהן, דער רב האט אויסגעפירט אז חודש אלול קען מען תשובה טוהן אפי' אויף עבירות וואס ס'איז שוין דא מלאכים וואס שלעפן עס צו טוהן ח"ו.
דער רב האט מעורר געווען די נקודה הפנימית שבלב פון די פילע משתתפים, ס'ווערט נאך א יאר און נאך א יאר, מ'האלט שוין סוף שנת תשפ"ד, און מ'האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו די גאולה השלימה.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל קענען אויספירן די עבודה פון חודש אלול ווי ס'דארף צו זיין, און מ'זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו די גאולה השלימה, ס'זאל זיין התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו - ק"י, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', נאכ'ן בענטשן האט דער רב געזאגט די שבע ברכות פאר החתן ב"ר יעקב יודא עסטרייכער הי"ו, מיט ברכה אחריתא האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:35, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
שפעטער אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען צום ביהמ"ד קיוויאשד אין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' יוסף לויפער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף חכמת התורה, בן הגה"צ ר' בעריש שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קיוויאשד, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א - דומ"ץ פאפא, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מ'פאפא שליט"א וחתן הגה"צ ר' נפתלי ארי' טויב מ'קאלוב שליט"א.
ארום 7:35 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג צו תפילת מנחה ערב שבת קודש, בעל תפילה: הגה"צ ר' אברהם סאפרין שליט"א בן האדמו"ר מ'קאמארנא ירושלים שליט"א, בעל תפילה קב"ש ומעריב: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 9:05, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שב"ק =
אום 11:30 איז דער רב אריינגעקומען צום התוועדות ליל שבת קודש אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול, במשך דעם באטע האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת ועוד, מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' עקיבא ראזענבוים הי"ו, מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בפרשת השבוע, דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פרשה פון 'יפת תואר' וואס רש"י זאגט 'לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע', און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול אין די סוגיא פון 'עשה דוחה לא תעשה'.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מענדל איידליס הי"ו, ויהיו רחמיך: הר"ר דוד הערש מערץ שליט"א - מלמד במוסדותינו הק', ברכת המזון: הב' זלמן לייב בן חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א, דער רב האט פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אברהם יושע מ'נאסאד זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן ביום השבת קודש, און אזוי אויך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הגה"ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווא זי"ע.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט פאר'ן ציבור, מ'האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר אברהם יצחק בה"ר דוד הערש מערץ הי"ו, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.
אז ביום השביעי: הר"ר יואל פעקעטע שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= וביום השבת קודש =
אום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר יוסף גראס הי"ו, בעל תפילה שחרית: הרה"ג ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלימלך לייפער הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הבחור הבר מצוה בן מו"ה יואל הכהן פריעדמאן הי"ו, לוי: ר' ישעי' וואזנער הי"ו בן הגה"צ אב"ד ור"מ קהילתינו הק' מאנסי שליט"א, שלישי: הגה"צ ר' אברהם סאפרין שליט"א, רביעי: החתן חיים יחיאל ב"ר ליפא גרויס הי"ו - באווארפן, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: ר' ארי' ב"ר הערשל קלעפנער הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, אחרון: הרב ר' אלי' גרויס שליט"א מ'קערעסטיר בערבעשט, מפטיר: הרה"ח הישיש ר' יענקעלע גליק הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' ליפא גרויס הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס זענען פארגעקומען די קידושים, דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשטן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, מען האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב פארלאזט האט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ו ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, אום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרה"ח ר' יחיאל מנשה גאטליעב הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יצחק זאב ברוין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, און ביי די חופה פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' ברוך יודא פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטל.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג. צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הטפסר המרומם הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק וומ"ס, אין די זאל פון קאנטינענטל, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן הנגיד ר' אברהם הי"ו.
= דאנערשטאג פרשת כי תצא =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ו ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, אום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
= פרייטאג פרשת כי תצא =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ז ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הבחור בר מצוה ב"ר אלימלך בראך הי"ו, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, דער רב האט אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן טאט'ן, און דערביי געבעטן די בר מצוה בחור זיך אונטערצונעמען נישט צו רעדן מיט די תפילין.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ה ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:25 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
אום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
בשעת דעם פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפ'ן סדר הלימוד, דער רב האט זיך אינטערעסירט ביי די בחורים איבער וואו זיי האלטן מיט די לימודים, און נאך, דערנאך האט דער רב געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 2:25.
אויפדערנאכט ארום 7:25 איז דער רב אנגעקומען אינעם כתר ריזל זאל אין וויליאמסבורג וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן יעקב בן הרה"ח ר' שלמה סופר הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יושע חיים גאלדבערגער הי"ו, דער רב האט צום ערשט געדאווענט תפילת מנחה אינעם זאל.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים קבלת פנים וואו דער רב האט מסדר געווען די כתובה, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דער רב איז ארויס צום חופה וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען, און דערנאך אום 8:15 פארלאזט דעם זאל.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל, צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ב"ר עקיבא וויינשטאק הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת קליין, דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דערביי האבן עטליכע רבני קהילתינו הק' פון בני ברק איבערגעגעבן א גריס פון די קהילה און זיך באדאנקט פאר'ן רב זאגנדיג אז זייט די ביקור חיזוק ומרומם פארגאנגענעם יאר איז די קהילה נתחזק געווארן אויף א מורא'דיגע פארנעם למעלה מן המשוער, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, פאר ר' אברהם יושע, און פאר'ן מחותן, פאר'ן זיידן הרה"ג ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א - משב"ק רבינו שליט"א, און פאר'ן זיידן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב, און פאר די אנדערע חשוב'ע זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו.
אויפ'ן וועג ארויס האט דער רב אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר מוה"ר יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו לרגל די שמחת הוואכנאכט לבנו הנולד לו למז"ט, וואס איז פארגעקומען ביים שמחת החתונה, און אויך אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אביו הרה"ח ר' משה חיים הי"ו - מנאמני בית רבינו שליט"א.
אויך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים ברוך ווערצבערגער הי"ו - מאנסי און הרה"ח ר' יוסף אשר מייזעלס הי"ו - מאנסי, און ביים שמחת השבע ברכות פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק ומחותנו וועלכע זענען פארגעקומען צוזאמען אינעם בנין פון מוסד הק' שערי חמלה.
אזוי אויך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברמ''ד ווידער הי"ו - מנאמני בית רבינו, עב"ג בת הרה"ח ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פונעם זיידן הרה"ח ר' שמעון הירש הי"ו, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דער רב האט פארלאזט דעם שמחת השבע ברכות ארום 9:40 אויפ'ן וועג קיין ווילאמסבורג.
ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו, צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרב ר' מאיר מרגליות שליט"א - מאנסי, עב"ג הכלה בת מחותנו הרה"ג ר' מנחם צבי כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג, נכד האדמו"ר מקארלסבורג שליט"א און הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
ביים אנגעקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, עס האט זיך פארמיט א שיינע שמועס מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנו דומ"ץ קארלסבורג, פאר'ן מחותן, פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, און פאר די אנדערע חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים, און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און מיט האדמו"ר מקארלסבורג שליט"א.
אום 11:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ה ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:30 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף ליכט און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך עטליכע מינוט איז דער רב אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא מיט וועם דער רב איז שטארק אדוק ומקושר.
דער רב האט פארציילט פילע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא, צווישן אנדערע די חשיבות פונעם ייטב לב אז ער איז געווען דער יונגסטער פון די חבריא פון רבי ר' הערש מ'רימנוב זי"ע, אפי' די גאנצע חבורה איז באשטאנען נאר פון עלטערע רבנים, דער רב האט ארומגערעדט איבער די התקשרות פונעם ייטב לב צום רבי ר' הערש, איבער דעם ניגון פונעם רבי ר' הערש וואס דער ייטב לב האט געהייסן ארויפלייגן אויף די ווערטער פון אהבה רבה וואס מ'זינגט עד היום הזה, דער ייטב לב איז געווען אן אדם השלם, דער מהר"ם שיק האט געזאגט אז ס'האט זיך געלוינט צו קומען פון אויבערלאנד קיין אונטערלאנד צו זעהן אזא אדם השלם, ער איז געווען א גוטע בעל תפילה, ער איז געווען א גדול בתורה, ער פלעגט כסדר מעורר זיין אידן צו תשובה, און דבריו עושים פירות ער האט אויפגעטוהן א געוואלד צו צוברענגן אידישע קינדער לאבינו שבשמים, ער איז געווען א מושלם אין אלעם, און פיל נאך, דער רב האט ארומגערעדט איבער די ישיבה וואס ער האט געפירט, און אז מיט דעם אלעם איז ער געווען א חסיד'ישע רבי, ער האט מורא'דיג שטארק אינזין געהאט זיינע תלמידים, ער האט זיך זייער געזארגט פאר זיי, ער פלעגט אויספירן שידוכים פאר זיינע תלמידים, און געזאגט אז ער וועט בלייבן מקושר מיט זיינע תלמידים בזה ובבא, ער האט געזאגט אז ער געבט אויף אויף די מדריגות וואס ער וואלט געקענט האבן ווען ער פירט ווען נישט די ישיבה, ער האט מקרב געווען יעדעם איינעם אין ישיבה, אבער על דרך ימין מקרבת ושמאל דוחה ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט, אויב א בחור האט זיך נישט אויפגעפירט ווי ס'דארף צו זיין, האט ער זיך געפירט בכל התוקף, דער רב האט ארויסגעברענגט אז דער ייטב לב האט זייער געוואלט אז מ'זאל לערנען זיינע ספרים, און אזויווי ער שרייבט אין די הקדמה אז ער וויל קענען משפיע זיין פאר אלע וואס לערנען זיינע ספרים, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מיר זענען אלע תלמידים פונעם בעל הילולא, ווייל ווער ס'גייט אין זיינע דרכים און ווער עס לערנט זיינע ספרים איז א תלמיד, דער רב האט אויסגעפירט אז מ'דארף פרובירן נאכצוגיין אין די דרכים פונעם בעל הילולא, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל האבן א כתיבה וחתימה טובה, און דער בעל הילולא זאל קענען משפיע זיין כל טוב סלה, מהאט געענדיגט ארום 11:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
ארום 6:30 איז דער רב אנגעקומען אויפ'ן ביה"ח דקהלתינו הק' אין ק"י וואו דער רב האט פוקד געווען די ציונים הקדושים פון רבותינו הק' זי"ע נכדי בעל הילולא לרגל די יומדה"ק פון מרן הגה"ק הייטב לב זי"ע.
ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רב געמאכט די ברכה מחיה המתים, און דערנאך אריין אינעם אהל הק', דער רב האט געצינדן פינעף ליכט און געזאגט די מזמורי תהילים פון קאפיטל צ' ביז ק"ז, און זיך דערנאך משטתח געווען אויף די ציונים פאר א לענגערע צייט בבכיות עצומות.
ארום 7:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר יחזקאל בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך אהיים לביתו.
ארום 7:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, פתיחה: הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א - מנהל בית רחל וומ"ס, בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, כהן: הר"ר יעקב ברז"ל גליק שליט"א - מלמד במוסדותינו הק', לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי"ו - ב"פ.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, מען האט געזינגען די זמירות שלש סעודות, שיר המעלות: הרה"ח ר' יוסף בנימין שטערן הי"ו -ב"פ, דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'על פי שנים עדים או על פי שלשה עדים יקום דבר, לא יומת על פי עד אחד', און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים כהכנה לקראת ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום, דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'איז דא דריי זאכן וואס זענען עדות אויף א מענטש, ראיה שמיעה און דיבור, און איינס איז נישט גענוג, ס'דארף זיין דריי, און כאטשיג צוויי מוז זיכער זיין, און דער רב האט עס אריינגעטייטשט אינעם פסוק. דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די ענין פון שמירת עינים, דער רב האט מעורר געווען איבער די הארבקייט דערפון, און ארויסגעברענגט אז די עיקר וואס מ'דארף זיך צוגרייטן צום יום הדין, איז מיט שמירת עינים.
עקסטער האט דער רב ארומגערעדט איבער שמירת הידים, און ארויסגעברענגט אז דאס איז די גרעסטע עדות אויבן אין הימל, ווייל די הענט אליינס שרייבט יעדע נאכט אריין אינעם ספר הזכרונות יעדע גוטע אדער ח"ו שלעכטע זאך וואס מ'האט געטוהן, און עס אריינגעטייטשט אינעם פסוק יד העדים תהיה בו בראשונה להמיתו.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון קריאת שמע, און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן זאגן די ווערטער איז מען מתקן דעם דיבור, און דורכדעם וואס מ'זאגט די ווארט ישראל איז מען מתקן די שמיעה, און דורכדעם וואס מ'לייגט די הענט אויף די אויגן איז מען מתקן די ראיה.
במשך די תורה האט דער רב נאכגעזאגט עטליכע דברי תורה פונעם זיידן ז"ל דער הייליגער ייטב לב זי"ע און דערמאנט אז די וואך איז די יארצייט, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפן וועג אהיים לביתו.
ארום 7:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה ערב שבת קודש. בעל תפילה: הגה"צ ר' משה שלמה אייכענשטיין שליט"א רדמו"ר מ'זידיטשוב בית שמש, בעל תפילה קב"ש ומעריב: הר"ר פנחס צבי רייך שליט"א - ר"מ במתיבתא הק' ק"י, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שב"ק =
אום 11:35 איז דער רב אריינגעקומען צום התוועדות ליל שבת קודש אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול, במשך דעם באטע האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת ועוד, מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו, מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בפרשת השבוע, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'שופטים ושוטרים תתן לך', וואס די מדרש זאגט 'לך ולא אומות העולם', צווישן אנדערע האט דער רב געטייטשט 'שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך', אז מ'דארף שטעלן אזעלכע שופטים וואס קענען זיך אויס אין אלע שערים אויבן אין הימל, און דעמאלטס וועט זיין 'ושפטו את העם משפט צדק'.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו, ויהיו רחמיך האט דער רב אליין אנגעהויבן, ברכת המזון: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', דער רב האט פארציילט עובדות וסיפורים פון זקינו דער הייליגער ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - ו' אלול, דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר מוה"ר מאיר ב"ר שלמה יוסף באש הי"ו לרגל די שמחת השלום זכר לבנו הנולד לו למז"ט, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה יוסף באש הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 12:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= וביום השבת קודש =
אום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה פסוקי דזמרה: הר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א - ק"י, בעל תפילה שחרית: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו, כהן: החתן ברוך בענדיט בהר"ר יעקב גליק הי"ו - באווארפן, לוי: החתן אברהם חיים ב"ר נתנאל ווערצבערגער הי"ו - באווארפן, שלישי: החתן אברהם שמחה ב"ר יחיאל מנשה גאטליעב הי"ו - באווארפן, רביעי: החתן יעקב ב"ר שלמה סופר הי"ו - באווארפן, חמישי: החתן ישראל ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: החתן שמעון זאב בהר"ר יואל בריעף הי"ו, הוספה: הרה"ח ר' יצחק וויינגארטן הי"ו, אחרון: הב' הבר מצוה בהר"ר אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק ק"י, הגבה: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שלמה סופר הי"ו, בעל תפילה מוסף: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק' ק"י, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס זענען פארגעקומען די קידושים, דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשטן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, מען האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רב פארלאזט האט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ד ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ד ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז דער רב איז אריין בחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם'ס תפילין, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 10:10.
ארום 10:20 איז דער רב אנגעקומען אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל מוה"ר ברוך יודא שפיטצער הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק', דער רב איז געווען סנדק, און געזאגט די ברכות וקריאת השם, נאכ'ן ברית האט דער רב ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
ארום 5:50 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אינעם טשעסטער געגנט אין קרית יואל.
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל מוה"ר ר' ישראל ב"ר מיכאל איצקאוויטש הי"ו - ק"י, וואו דער רב איז געווען סנדק, און געזאגט די ברכות וקריאת השם.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס, און דערנאך פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידים.
דער רב האט משמיע געװען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוקי תהלים קאפיטל כ"ז וואס מ'פירט זיך צו זאגן נאכ'ן דאווענען אום חודש אלול, צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז דער יצר הרע איז א שונא וואס מאכט זיך פאר א חבר, און געטייטשט, ממי אירא, פון וועם דארף מען מורא האבן, בקרוב עלי מרעים, פונעם יצר הרע וואס מאכט זיך פאר א חבר, לאכול את בשרי, אבער באמת עסט ער מיר אויף.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון אויפשטיין פארטאגס, און געטייטשט, אם תקום, אויב מ'שטייט אויף פארטאגס, עלי מלחמה, קען מען פירן א מלחמה מיט'ן יצר הרע, בזאת אני בוטח, און מ'איז פארזיכערט אז מ'וועט באזיגן, דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, ארום 7:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.
🌴בצל מורינו🌴 = מיטוואך פרשת שופטים ~ ב' דר"ח אלול =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ג ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל, און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, נאך ברכו נפשי האט מען געזאגט לדוד ה' אורי כנהוג אום חודש אלול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי, נאך תפילת מוסף האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
בשעת דעם פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די סדר הלימוד פאר א לענגערע צייט. דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 12:45.
ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
ארום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.