🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת כי תבא =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:20 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול,
מ'האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי,
ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 2:00 איז דער רב אנגעקומען צו די לוי' פון הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה - מחשובי אנ"ש, וואס איז פארגעקומען ברחוב העיר פארענט פון ביהמ"ד דעעש אין וויליאמסבורג,
דער רב האט משמיע געווען דברי הספד און ארומגערעדט בשבחו של מת, און דערנאך מלוה געווען די מטה פאר א שטיק צייט.
ארום 7:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בבית מדרשינו הגדול.
ארום 8:30 אויפדערנאכט איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרב רבי נפתלי שפירא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבלאזוב שליט"א אין ווילאמסבורג, וואו עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות אויפן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרב רבי נפתלי שליט"א און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם שב"ק אין ביהמ"ד בלאזוב אין בארא פארק.
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט, און דערנאך האט דער רב אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און אפגעראכטן א מסיבת לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הס"ת און פאר'ן גאנצן ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 19