🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ז׳ אלול תשפ״ד · Sep 10, 2024 · 1:47 PM
#252
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ב"ר עקיבא וויינשטאק הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת קליין,
דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דערביי האבן עטליכע רבני קהילתינו הק' פון בני ברק איבערגעגעבן א גריס פון די קהילה און זיך באדאנקט פאר'ן רב זאגנדיג אז זייט די ביקור חיזוק ומרומם פארגאנגענעם יאר איז די קהילה נתחזק געווארן אויף א מורא'דיגע פארנעם למעלה מן המשוער,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, פאר ר' אברהם יושע, און פאר'ן מחותן, פאר'ן זיידן הרה"ג ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א - משב"ק רבינו שליט"א, און פאר'ן זיידן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב, און פאר די אנדערע חשוב'ע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו.

אויפ'ן וועג ארויס האט דער רב אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר מוה"ר יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו לרגל די שמחת הוואכנאכט לבנו הנולד לו למז"ט, וואס איז פארגעקומען ביים שמחת החתונה, און אויך אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אביו הרה"ח ר' משה חיים הי"ו - מנאמני בית רבינו שליט"א.

אויך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים ברוך ווערצבערגער הי"ו - מאנסי און הרה"ח ר' יוסף אשר מייזעלס הי"ו - מאנסי, און ביים שמחת השבע ברכות פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק ומחותנו וועלכע זענען פארגעקומען צוזאמען אינעם בנין פון מוסד הק' שערי חמלה.

אזוי אויך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברמ''ד ווידער הי"ו - מנאמני בית רבינו, עב"ג בת הרה"ח ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פונעם זיידן הרה"ח ר' שמעון הירש הי"ו,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דער רב האט פארלאזט דעם שמחת השבע ברכות ארום 9:40 אויפ'ן וועג קיין ווילאמסבורג.

ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרב ר' מאיר מרגליות שליט"א - מאנסי, עב"ג הכלה בת מחותנו הרה"ג ר' מנחם צבי כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג, נכד האדמו"ר מקארלסבורג שליט"א און הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.

ביים אנגעקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן,
עס האט זיך פארמיט א שיינע שמועס מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנו דומ"ץ קארלסבורג, פאר'ן מחותן, פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, און פאר די אנדערע חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים, און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און מיט האדמו"ר מקארלסבורג שליט"א.

אום 11:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 23