🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ז׳ אלול תשפ״ד · Sep 10, 2024 · 1:47 PM
#251
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ה ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:30 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.

ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף ליכט און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאך עטליכע מינוט איז דער רב אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא מיט וועם דער רב איז שטארק אדוק ומקושר.

דער רב האט פארציילט פילע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא, צווישן אנדערע די חשיבות פונעם ייטב לב אז ער איז געווען דער יונגסטער פון די חבריא פון רבי ר' הערש מ'רימנוב זי"ע, אפי' די גאנצע חבורה איז באשטאנען נאר פון עלטערע רבנים, דער רב האט ארומגערעדט איבער די התקשרות פונעם ייטב לב צום רבי ר' הערש, איבער דעם ניגון פונעם רבי ר' הערש וואס דער ייטב לב האט געהייסן ארויפלייגן אויף די ווערטער פון אהבה רבה וואס מ'זינגט עד היום הזה,
דער ייטב לב איז געווען אן אדם השלם, דער מהר"ם שיק האט געזאגט אז ס'האט זיך געלוינט צו קומען פון אויבערלאנד קיין אונטערלאנד צו זעהן אזא אדם השלם, ער איז געווען א גוטע בעל תפילה, ער איז געווען א גדול בתורה, ער פלעגט כסדר מעורר זיין אידן צו תשובה, און דבריו עושים פירות ער האט אויפגעטוהן א געוואלד צו צוברענגן אידישע קינדער לאבינו שבשמים, ער איז געווען א מושלם אין אלעם, און פיל נאך,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ישיבה וואס ער האט געפירט, און אז מיט דעם אלעם איז ער געווען א חסיד'ישע רבי, ער האט מורא'דיג שטארק אינזין געהאט זיינע תלמידים, ער האט זיך זייער געזארגט פאר זיי, ער פלעגט אויספירן שידוכים פאר זיינע תלמידים, און געזאגט אז ער וועט בלייבן מקושר מיט זיינע תלמידים בזה ובבא, ער האט געזאגט אז ער געבט אויף אויף די מדריגות וואס ער וואלט געקענט האבן ווען ער פירט ווען נישט די ישיבה, ער האט מקרב געווען יעדעם איינעם אין ישיבה, אבער על דרך ימין מקרבת ושמאל דוחה ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט, אויב א בחור האט זיך נישט אויפגעפירט ווי ס'דארף צו זיין, האט ער זיך געפירט בכל התוקף,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז דער ייטב לב האט זייער געוואלט אז מ'זאל לערנען זיינע ספרים, און אזויווי ער שרייבט אין די הקדמה אז ער וויל קענען משפיע זיין פאר אלע וואס לערנען זיינע ספרים,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מיר זענען אלע תלמידים פונעם בעל הילולא, ווייל ווער ס'גייט אין זיינע דרכים און ווער עס לערנט זיינע ספרים איז א תלמיד,
דער רב האט אויסגעפירט אז מ'דארף פרובירן נאכצוגיין אין די דרכים פונעם בעל הילולא,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל האבן א כתיבה וחתימה טובה, און דער בעל הילולא זאל קענען משפיע זיין כל טוב סלה,
מהאט געענדיגט ארום 11:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 6:30 איז דער רב אנגעקומען אויפ'ן ביה"ח דקהלתינו הק' אין ק"י וואו דער רב האט פוקד געווען די ציונים הקדושים פון רבותינו הק' זי"ע נכדי בעל הילולא לרגל די יומדה"ק פון מרן הגה"ק הייטב לב זי"ע.

ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רב געמאכט די ברכה מחיה המתים, און דערנאך אריין אינעם אהל הק',
דער רב האט געצינדן פינעף ליכט און געזאגט די מזמורי תהילים פון קאפיטל צ' ביז ק"ז, און זיך דערנאך משטתח געווען אויף די ציונים פאר א לענגערע צייט בבכיות עצומות.

ארום 7:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר יחזקאל בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך אהיים לביתו.
👁 22