🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ג אלול תשפ״ד · Sep 16, 2024 · 6:00 PM
#254
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
אום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרה"ח ר' יחיאל מנשה גאטליעב הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יצחק זאב ברוין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביי די חופה פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' ברוך יודא פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטל.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג.
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הטפסר המרומם הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק וומ"ס, אין די זאל פון קאנטינענטל,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן הנגיד ר' אברהם הי"ו.

= דאנערשטאג פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ו ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
אום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.

= פרייטאג פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הבחור בר מצוה ב"ר אלימלך בראך הי"ו,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי,
דער רב האט אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן טאט'ן, און דערביי געבעטן די בר מצוה בחור זיך אונטערצונעמען נישט צו רעדן מיט די תפילין.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 21