🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ג אלול תשפ״ד · Sep 16, 2024 · 6:01 PM
#257
= רעוא דרעוין =

ארום 7:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
פתיחה: האברך ב"ר מרדכי לייב מיטטעלמאן הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ דבית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט''א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
מען האט געזינגען די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.

דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים כהכנה לקראת ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום.

דער רב האט נאכגעזאגט פונעם ייטב לב אז ביים משפט ביום הדין, איז דא א מחלו' צווישן די נשמה און די גוף ווער ס'איז שולדיג, אבער די בעסטע עצה איז תשובה צו טוהן פאר ס'קומט צום יום הדין, און די בעסטע צייט דערפאר איז די פערציג טעג פון ראש חודש אלול ביז יום כיפור.

דער רב האט נאכגעזאגט פונעם חתם סופר אז די פרשה פון שתי נשים אהובה ושנואה גייט ארויף אויפ'ן יצר טוב און יצר הרע, און די קינדער פון דעם זענען די מצוות און די עבירות,
און דער חתם סופר טייטשט אויס אז מ'קוקט נישט אויף די מצוות ווילאנג ס'איז דא עבירות, מ'דארף קודם מבער זיין די עבירות און ערשט נאכדעם קען מען באקומען שכר אויף די מצוות.
דער רב האט לויט דעם אויסגעטייטשט עטליכע פסוקים בפרשת השבוע.

צווישן אנדערע האט דער רב פארציילט אז א גרויסע בעל עבירה האט געוואלט תשובה טוהן, און דער רבי ר' זושא האט אים געגעבן מורא'דיג א הארבע תשובה פון פילע תעניתים וכדו' וואס ער האט נישט געקענט אויספירן, האט אים דער רבי ר' זושא געשיקט צום רבי'ן ר' אלימלך וואס האט אים געהייסן עסן יעדן טאג א סעודה כיד המלך, אבער יעדן טאג פאר די סעודה האט ער געדארפט אריינקומען צום רבי'ן ר' אלימלך און ער האט אים אויסגערעכנט זיינע עבירות אז ער האט פארלוירן די אפעטיט צום עסן, אזוי ווייט אז דער רבי ר' אלימלך האט געשטעלט א שומר זאל אין צווינגען און זיכער מאכן אז ער עסט,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז ווען א מענטש זעהט ווען זיינע עבירות פארענט פון זיך, וואלט ער שוין לאנג תשובה געטוהן.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז די עבודה פון חודש אלול איז ס'זאל נישט געפעלן קיין עבירות, 'ולא "יראה" בך ערות דבר'.

דער רב האט נאכגעזאגט פונעם רבי'ן ז"ל אז די מלאכים וואס ווערן באשאפן פון עבירות, ברענגן צו דעם מענטש צו טוהן די עבירה, און דעמאלטס איז שוין זייער שווער תשובה צו טוהן,
דער רב האט אויסגעפירט אז חודש אלול קען מען תשובה טוהן אפי' אויף עבירות וואס ס'איז שוין דא מלאכים וואס שלעפן עס צו טוהן ח"ו.

דער רב האט מעורר געווען די נקודה הפנימית שבלב פון די פילע משתתפים, ס'ווערט נאך א יאר און נאך א יאר, מ'האלט שוין סוף שנת תשפ"ד, און מ'האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו די גאולה השלימה.

וויפיל צדיקים האט מען פארלוירן דעם יאר, אפי' אויב מ'האט נישט געהאט קיין פערזענליכע קשר מיט זיי, אבער דאס אליינס אז טויזנטער אידן זענען זיך מצער בצערו, איז גענוג אז מ'זאל זיין בצער אויף דעם.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל קענען אויספירן די עבודה פון חודש אלול ווי ס'דארף צו זיין, און מ'זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו די גאולה השלימה, ס'זאל זיין התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו - ק"י,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאכ'ן בענטשן האט דער רב געזאגט די שבע ברכות פאר החתן ב"ר יעקב יודא עסטרייכער הי"ו,
מיט ברכה אחריתא האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:35, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

שפעטער אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען צום ביהמ"ד קיוויאשד אין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' יוסף לויפער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף חכמת התורה, בן הגה"צ ר' בעריש שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קיוויאשד, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א - דומ"ץ פאפא, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מ'פאפא שליט"א וחתן הגה"צ ר' נפתלי ארי' טויב מ'קאלוב שליט"א.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 16