🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ד אלול תשפ״ד · Sep 17, 2024 · 8:10 PM
#258
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת כי תבא =

אום 8:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה תושבי עיר ווילאמסבורג יצ"ו.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ז - מ"ט,
די שיעור האט זיך פארצויגן פאר איבער א שעה און א האלב וואו דער רב האט פארגעלערנט די בלעטער פאר די פילע בעלי בתים וואס האבן זיך באטייליגט ביים שיעור אויף א לייכטן אופן ס'זאל זיין גרינג צו פארשטיין, און אז מ'זאל עס קענען געדענקן.

ארום 4:15 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם עזרת נשים שע"י בית המדרש בנין בראך דקהלתינו הק' אין ווילאמסבורג וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק וומ"ס, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' ברוך יודא פריעדמאן הי"ו, די שבע ברכות איז צוגעשטעלט געווארן דורכ'ן מחותן ר' אברהם פאר אלע עסקני קהילתינו הק',
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט'ן מחותן ר' אברהם, און מיט אלע עסקני הקהילה ואישי הציבור,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן און מחותנים און פאר אלע באטייליגטע.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זיין אן עוסק בצרכי ציבור, און מחזק געווען די עסקנים אז אפי' עס קומט אמאל מיט שוועריגקייטן, איז מען זוכה צו א מורא'דיגע שכר אין דעם זכות.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בשבח פונעם מחותן ר' אברהם וויפיל ער טוט אויף מיט זיינע פילצאליגע פעולות לטובת קהילתינו הק', און זיך ווארעם באדאנקט, און ארויסגעברענגט אז מ'איז זיך געקומען משתתף זיין אלץ הכרת הטוב אויף אלעם וואס ר' אברהם טוט פאר די קהילה.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די עסקנים אז מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין די הייליגע פעולות, און עקסטער פאר'ן מחותן ר' אברהם אז ער זאל זוכה זיין צו זעהן נחת דקדושה.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן און מחותנים, און דערנאך אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן ר' אברהם, און דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 7:15 פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול פאפא אין וומ"ס וואו עס איז פארגעקומען די צענטראלע שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהילת פאפא לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מ'פאפא לרגל נישואי נכדתו הכלה בת לבנו הגדול הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א - דומ"ץ פאפא, חתן הגה"צ ר' נפתלי ארי' טויב מ'קאלוב זצ"ל, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' יוסף לויפער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף חכמת התורה, בן הגה"צ ר' בעריש שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קיוויאשד.

ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט האדמו"ר מפאפא און מיט די איבריגע רבנים אויפ'ן אויבנאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט האדמו"ר מפאפא, און מיט די אנוועזנדע רבנים צווישן זיי הגה"צ אב"ד ור"מ קהילתינו לאנדאן שליט"א.

האדמו"ר מפאפא האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן חתן און מחותנים, פאר האדמו"ר מפאפא שליט"א און די איבריגע געהויבענע זיידעס שליט"א, און דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אום 7:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול, און שפעטער תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ב'.

אויפדערנאכט האט זיך דער באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 20