🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ג׳ אלול תשפ״ד · Sep 6, 2024 · 2:49 PM
#243
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת שופטים ~ ב' דר"ח אלול =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ג ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.

ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל, און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות,
נאך ברכו נפשי האט מען געזאגט לדוד ה' אורי כנהוג אום חודש אלול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאך תפילת מוסף האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.

בשעת דעם פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די סדר הלימוד פאר א לענגערע צייט.
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 12:45.

ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

ארום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 18