מארגן זונטאג האזינו - א' סליחות באשמורת הבוקר וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג ארום 5:00 וואו דער רב וועט יורד זיין לפני התיבה צו אמירת סליחות.
על פי הוראות מרן רבינו שליט"א וועט מען נאך סליחות זאגן ספר רביעי שבתהילים פון צ' ביז ק"ז, מתפלל צו זיין להעביר את רוע הגזירה בגזירת גיוס בארה"ק וגזירת החינוך בארה"ב.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"א ע"ב, מהאט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"א ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
ארום 7:30 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון הבחור בן הרב אליעזר צבי הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ קהילתינו מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד בית יצחק ספינקא, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די געהויבענע זיידעס שליט"א, און מיט די איבריגע רבנים אויפ'ן אויבנאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און האדמו"ר מספינקא שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן טאט'ן און פאר די געהויבענע זיידעס.
אזוי אויך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל שטיינמעטץ הי"ו - ק"י, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון הדר ריזל, דער רב האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט דער רב משמיע געווען קורצע דברי תורה בעניני נישואין, און ארויסגעברענגט לשבח די פילע פעולות לטובה פונעם מחותן הנגיד ר' משה אליעזר, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס.
אזוי אויך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הר"ר יצחק נתן בהר"ר אשר אנשיל גאנדל שליט"א, וחתן הרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א - רב דקהל בוענאס איירעס וומ"ס, עב"ג הכלה בת הר"ר שמואל שעהנברוין שליט"א, דער רב האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און דערנאך משמיע געווען קורצע דברי ברכה, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס.
דערנאך האט דער רב עקסטער גערעדט צו די תלמידי הישיבה שיעור ג', דער רב האט ארויסגעברענגט די הצלחה וואס די תלמידים האבן געהאט במשך די דריי יאר, און מ'גייט יעצט ארויס פון די ישיבה ווענט, זאל מען זעהן מיטצונעמען אלעס וואס מ'האט זיך דא אויסגעלערנט, און ס'זאל זיין ניכר אויפ'ן פנים אז מ'האט געלערנט אין 'ישיבת דרך התורה', דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסע פארהער וואס וועט אי"ה פארקומען נאך סוכות וואו מ'וועט זיך פארהערן די לימודים, מ'זאל זעהן אויסצונוצן די צייט וואס איז נאך פארבליבן און אלעס איבער'חזר'ן אז ס'זאל זיין שגור על הלשון, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'בלייבט תלמידים און אנגעוואונטשן הצלחה אויף די קומענדיגע יאר ווי מ'וועט אריינגיין אין ישיבה גדולה, און זיך ווארעם געזעגנט.
מ'האט געענדיגט אום 5:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.
ארום 7:45 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די טשעסטער געגנט אין קרית יואל, עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מ'האט געזינגען ניגוני ימים נוראים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אתם נצבים היום', און ארומגערעדט בעניני חודש אלול, און מעורר געווען די תלמידי הישיבה לתשובה ותיקון המעשים, דער רב האט נאכגעזאגט אז חודש אלול האבן אפי' די צדיקים מורא, און ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך צוגרייטן מיט א הכנה דרבה, מ'דארף זיך מאכן א חשבון הנפש וויאזוי די יאר איז אדורך.
צווישן אנדערע האט דער רב געזאגט אז היינט ווען איך בין אריין צום טאטן זז''ג, און מ'האט איבערגעשמועסט די הצלחה'דיגע יאר וואס ס'איז אריבער אויף ביידע סניפים פון די ישיבה פון וואס דער טאטע האט מורא'דיג הנאה געהאט און געשעפט גרויס קורת רוח, האט דער טאטע געזאגט אז די צוויי סניפים דארפן האבן צוויי באזונדערע נעמען, און דער טאטע האט קורא שם געווען פאר דעם ישיבה לקראת זמן החורף הבעל"ט "ישיבת בשבילי התורה".
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל זיך קענען גרייטן ווי ס'דארף צו זיין, און מאכן די ריכטיגע הכנה, און מ'זאל האבן א כתיבה וחתימה טובה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מ'האט געענדיגט ארום 8:40 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין ק"י.
אין די פארמיטאג שעה'ן ווען דער רב איז געווען בקודש פנימה צו אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז מען איבערגעגאנגען די הצלחה'דיגע יאר וואס איז ברוך השם אריבער אויף די ממלכת התורה ישיבות קטנות אין וויליאמסבורג וואו דער רב באזוכט כסדר און דאווענט אינאיינעם מיט די בחורים, אזוי אויך ווענדט מען זיך צום רב פאר אלע שאלות לדעת את המעשה אשר יעשון, אזוי אויך ישיבה לצעירים אין וומ"ס וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, און געפונט זיך דורכאויס'ן טאג בין כותלי הישיבה, און איז עומד בראש אויף אלע חלקים פונעם ישיבה, דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט א שטארקע קורת רוח די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון אלע סניפי הישיבות נאך א שטארק מוצלח'דיגע יאר וואס איז אדורך בכי טוב.
מען האט ארומגערעדט איבער ישיבה קטנה "דרך התורה" וואו דער רב דינט אלץ ראש ישיבה, און איז אריינגעטוהן בעובי הקורה אין אלע פרטים אז אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב, און די בחורים זאלן קענען אויסשטייגן אויפ'ן בעסטן פארנעם, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האט שױן פארענדיגט גאנצע דריי יאר מיט אן אויסטערלישע הצלחה, און יעצט זעהט מען די הערליכע פירות וואס די ישיבה האט ארויסגעגעבן זיך גרייטנדיג אריינצושיקן די תלמידים בשעטו"מ אין ישיבה גדולה אויף דעם קומענדיגן זמן החורף שנת תשפ"ה הבעל"ט, און אזוי אויך די צווייטע סניף פון די ישיבה האט אצינד פארענדיגט דעם ערשטן יאר מיט גרויס הצלחה, דערביי האט רבינו שליט"א קורא שם געווען פאר די ישיבה סניף ב' לקראת שנת הלימודים הבעל"ט "ישיבת בשבילי התורה", זאגנדיג אז יעדע ישיבה פארלאנגט זיך א באזונדערע נאמען.
אום 3:15 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף א' בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, תיכף ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רב געזאגט די קאפיטלעך תהלים על הסדר פון די תלמידי הישיבה ווי מ'ענדיגט צוויי מאל ספר תהלים אום חודש אלול.
נאך תפילת מנחה האט דער רב פארהערט די תלמידי הישיבה שיעור א' אויף די סימנים פון הלכות שבת וואס מ'האט געלערנט במשך דעם גאנצן זמן, די פארהער האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו א שעה צייט ווי דער רב האט פארהערט יעדן תלמיד באזונדער, און פארברענגט מיט דברי תורה אינאיינעם מיט די בחורים, מען האט אויסגעשמועסט צענדליגער הלכה'דיגע שאלות, און ביים ענדיגן האט דער רב מפליא געווען ווי גוט די בחורים האבן געקענט, און ארויסגעברענגט לשבח אז מ'זעהט די הערליכע פירות פון וואס דער מגיד שיעור האט אריינגעלייגט אין די תלמידים, און פארשטייט זיך אז מ'זעהט די גרויסע כוחות וואס די בחורים האבן אריינגעלייגט איבערצו'חזר'ן און קענען די גאנצע מקצוע.
אום 4:30 איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט אלע תלמידי הישיבה, מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אתם נצבים היום' וואס ס'שטייט אין זוהר הק' 'היום דא ראש השנה', און ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך צוגרייטן צו די געהויבענע טעג, דער רב האט מיט בכיות מעורר געווען װאס ס'וועט זיין אז מ'נוצט נישט אויס ריכטיג די טעג, מ'דארף נאך אויסנוצן די פארבליבענע טעג מיט תשובה ותיקון המעשים, דער רב האט נאכגעזאגט אז ראש השנה ווערט יעדע איד אין די מדריגה פונעם כהן גדול ווען ער איז אריינגעגאנגען לפני ולפנים.
מ'איז מתפלל אויף חיים, רשעים לעבן דאך אויך, איז װאס איז מען מתפלל, האט דער רב געזאגט אז חיים דארף זיין חיים של תורה, א לעבן אן תורה הייסט נישט געלעבט.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז יעצט ווען מען ענדיגט דעם יאר, דארף מען דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלע חסדים, אויף די הצלחה מיט וואס דער יאר איז אריבער, וויפיל מ'האט קונה געווען דעם יאר.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל טאקע קענען אויסנוצן די צייט וואס איז נאך פארבליבן, און אנקומען צום ראש השנה שוין ריין פאר'ן אויבערשטן, מ'זאל האבן א כתיבה וחתימה טובה.
🌴בצל מורינו 🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק וומ"ס ויו"ר הנהלת ישיבה לצעירים, וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם זונטאג פרשת כי תבא אין די עזרת נשים שע"י ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק' פאר אלע חברי הנהלת קהילתינו הקדושה. ~🌴~
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ' ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול, דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, ארום 11:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
אום 5:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר דוד ארי' בבית מדרשינו הגדול אין ק"י, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
שפעטער איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בביתו אינאיינעם מיט די חברי הנהלת ישיבה קטנה דרך התורה וואס שטייט תחת דגלו והדרכתו פונעם רב װאס איז עומד בראש אויף אלע חלקים פונעם ישיבה, מ'האט ארומגערעדט איבער דעם נייעם בנין וואס מ'קויפט אפ אין די יעצטיגע טעג פאר'ן באנוץ פונעם ישיבה, און אויסגעשמועסט די מהלכים וויאזוי צו שאפן די נויטיגע פאנדן צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות פונעם נייעם שטח.
אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול אין ק"י, און דערנאך זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ק"י, צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אלתר משה קליין הי"ו און הרה"ח ר' יונה לעבאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון פילמאר גארדענס, דער רב האט געליינט תנאים, דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי, ארום 10:15 איז דער רב אנגעקומען צו די זאל פון עטרת חי' שרה וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן אלכסנדר סענדר יצחק ני"ו בן הרה"ח ר' חנני' הירש הי"ו - וומ"ס, בן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - מראה"ק והמוסדות ק"י, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שלמה זלמן ב"ר מרדכי רייזמאן הי"ו, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ' ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:20 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול.
נאכ'ן דאווענען איז דער רב איבערגעגאנגען מיט די רמ"י הישיבה די סדר היום פונעם היינטיגן טאג ווי די תלמידי הישיבה פארן ארויס מחוץ לעיר איבערצו'חזר'ן די צוויי פרקים וואס מ'האט געלערנט די לעצטע פאר וואכן על פי די הוראה פונעם רב וואס האט משמיע געווען ביים דרשת סיום ימי הקיץ אז אפילו ס'איז א קורצע זמן, זאל מען זעהן אז ס'זאל נישט פארוואסערט ווערן, דער רב האט ביים דרשה אויסגעשמועסט אז מ'וועט לערנען צוויי נייע פרקים וואס מ'האט נישט פארענדיגט במשכ'ן יאר, און מ'וועט זיך שטעלן צו א פומבי פארהער וואו עס וועלן זיך באטייליגן די עלטערן פון די תלמידי הישיבה, די לעצטע פאר טעג איז דאס יאר געווען אויסנאם שטארקע סדרי הישיבה נאך וואס די סדר הלימוד וואס דער רב האט אוועקגעשטעלט, האט זיך איינגעגעבן אסאך בעסער ווי געראכטן און די תלמידי הישיבה חזר'ן איבער די אלע בלעטער זיך גרייטנדיג אויפ'ן גרויסן פארהער.
דער רב האט אויסגעשמועסט די פרטים פונעם סדר היום, זיכער צו מאכן אז מ'קומט טאקע אן די מערסטע וואס מ'קען, כדי די תלמידי הישיבה זאלן טאקע באמת קענען די לימודים, און מ'זאל אויסנוצן די צייט אנצוקומען די מערסטע וואס שייך.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, ארום 10:50 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 7:45 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
אום 8:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה תושבי עיר ווילאמסבורג יצ"ו, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ' - נ"ג, די שיעור האט זיך פארצויגן פאר איבער א שעה און א האלב וואו דער רב האט פארגעלערנט די בלעטער פאר די פילע בעלי בתים וואס האבן זיך באטייליגט ביים שיעור אויף א לייכטן אופן ס'זאל זיין גרינג צו פארשטיין, און אז מ'זאל עס קענען געדענקן, מהאט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אום 8:05 אויפדערנאכט בזמן רבינו תם האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת גאטליעב וואס זיצן שבעה על פטירת אביהם הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה - מחשובי אנ"ש, עס האט זיך פארמירט א שמועס, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכת תנחומין.
ארום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען בנש"ק הר"ר איתמר מייזליש שליט"א - ק"י, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו - ק"י, כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברוין שליט"א, לוי: הרה"ח ר' אברהם יעקב לעווי הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' דוד פריינד הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ד פריינד הי"ו.
דער רב האט זיך געוואשן צו של"ס, און דערנאך אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יעקב לעווי הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד פריינד הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.
דער רב האט נאכגעזאגט אז עס שטייט פונעם אר"י הק' אז ביי תקיעת שופר זאל מען אינזין האבן 'פרנסה' ווייל תקיעת שופר איז משפיע פרנסה. וויאזוי קען מען בעטן דעם אויבערשטן גשמיות'דיגע זאכן, דער זוהר הק' זאגט דאך 'צווחין ככלבין הב הב', האט דער רב אויסגעשמועסט אז ס'איז דא צוויי אפטייטשן אויף דער ווארט פרנסה, איינס פשוט אז מ'זאל האבן פרנסה צו קענען לעבן און דינען דעם אויבערשטן, אדער, אז ס'מיינט עבודת השם ממש, אזויווי ס'שטייט 'ישראל מפרנסין לאביהם שבשמים', און ארויסגעברענגט אז ביי תקיעת שופר דארף מען אינזין האבן אז מ'וויל דינען און מפרנס זיין דעם אויבערשטן מיט די מצוות, אבער כדי די מלאכים זאלן עס דורכלאזן צום כסא הכבוד, האט מען אינזין פרנסה וואס זיי מיינען אז ס'איז גשמיות, ווייל ווען זיי פארשטייען ווען אז ס'מיינט רוחניות, וואלטן זיי עס נישט דורכגעלאזט.
דער רב האט א לענגערע צייט מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האט געזעהן די גאנצע וואך ווי דער שטן פארלייגט גרויסע כוחות אז מ'זאל נישט קענען טראכטן גראד, ער מאכט פילע מהומות אוועקצונעמען דעם מענטש'ס קאפ אז מ'זאל נישט קענען טראכטן פון חודש אלול, אבער מ'האט נאך מער פון א וואך אריינצוכאפן ביז ראש השנה, מ'זאל זעהן צו אויסנוצן די צייט און זיך נישט לאזן פון דער יצר הרע.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, און אנגעוואונטשן אז מ'זאל טאקע קענען אריינכאפן און מאכן די ריכטיגע הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און מ'זאל פועל'ן אלעס גוטב, און זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה בישראל והתגלת כבוד שמים עלינו בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו - ק"י, קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו - ק"י, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', דערנאך האט דער רב געזאגט שבע ברכות פאר החתן יעקב שלמה ב"ר יצחק קלמן ניישטאדט הי"ו.
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוטע וואך, מ'האט געענדיגט ארום 9:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
ערש"ק ארום 7:30 נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל שפיטצער הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 8:45, און דער רב איז אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 11:00 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני שבת ועוד.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'וענית ואמרת' וואס רש"י זאגט 'שאינך כפוי טובה', און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו - ק"י, ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו - ק"י, ברכת המזון: הרה"ג ר' שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א - מו"ץ, דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מרדכי דוב מ'הארנסטייפל זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מיטוואך - כ"ב אלול, אז ביום השביעי: הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א - ק"י, ר"מ בישיבת דרך התורה, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א - ר"י אהל תורה ב"פ.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' משה אלי' גראס שליט"א, בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו, לוי: הבחור הבר מצוה ב"ר גדלי' אפפעל הי"ו, שלישי: החתן מאיר זיידא ב"ר משה אליעזר לאנדא הי"ו - באווארפן, רביעי: החתן בנציון ב"ר חיים אויש הי"ו - באווארפן, חמישי: מוה"ר משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולד לו למז"ט, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: החתן משה ב"ר יואל בר"ז לאנדא הי"ו, הוספה: החתן מאיר יעקב ב"ר מרדכי שווארץ הי"ו, פרשת התוכחה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו. נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען די קידושים, דער רב האט אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה ברכות לרוב, מ'האט גענדיגט ארום 12:30 און דער רב איז אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרה"ג רבי הערשל מייזליש שליט"א, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, חתן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א, פארגאנגענעם מיטוואך פרשת כי תבא אין די זאלן פון עטרת חי' אין ב"פ. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א נעכטן דאנערשטאג אויפדערנאכט ביים סיום כתיבת האותיות אויפ'ן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הר"ר נפתלי שפירא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבלאזוב שליט"א בביתו פונעם נדבן אין וויליאמסבורג. ~🌴~