נעכטן מוצאי שבת קודש אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט וויילן אויף יום טוב שבועות הבעל"ט בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט אלפי אלפים אנשי שלומינו מכל רחבי תבל, ארום 1:30 איז דער רב אנגעקומען לביתו אין קרית יואל.
ארום 7:30 היינט אינדערפרי איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, ארום 10:20 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר שמואל בנימין, בעל תפילה: הב' אהרן קרויס ני"ו מתלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה, ארום 11:25 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
דערנאך האט דער רב געזאגט תורה און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'שאו את ראש כל עדת בני ישראל לפקודיהם', דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון יום טוב שבועות, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז שבועות איז אסאך גרעסער ווי ראש השנה ווייל ראש השנה בעהט מען אויף גשמיות און שבועות אויף רוחניות, און ווי מ'זאגט נאך פון צדיקים אז 'אתה נגלית' וואס מען זאגט ראש השנה ביים דאווענען איז אויסגעבארגט פון שבועות.
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט אז יום טוב שבועות איז דער זמן מוכשר מתפלל צו זיין אויף פרנסה והרחבת הדעת, מ'קען זיך אויסבעטן אויך אויף גשמיות'דיגע צרכים, און דאס איז פשט אין די מאמר חז"ל 'הכל מודים בעצרת בעינן נמי לכם', די סיבה דערצו איז ווייל אז מ'איז נישט מסודר מיט קיין גשמיות'דיגע ענינים האט מען נישט די קאפ אויפ'ן פלאץ צו קענען שטייגן ברוחניות, און דערביי דערציילט א מעשה פון די רבי ז"ל האט אמאל פאר שחרית געבעטן צוויי אידן זיי זאלן אים ארויסהעלפן מיט זיינע חובות פון יטב לב ווייל ער קען נישט אזוי דאווענען, אבער פארשטייט זיך אז מען דארף געדענקען אז דער ציהל איז אנקומען צום רוחניות, מ'זאל נישט בלייבן ביי די גשמיות, די גאנצע גשמיות איז נאר אז מ'זאל קענען דינען דעם אויבערשטן ווי עס דארף צו זיין, מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט די ווערטער אין אהבה רבה װאו מ'בעהט ערשט אויף חוקי חיים וואס חק איז לישנא דמזוני, וואס דאס ווייזט אז מ'דארף צום ערשט מתפלל זיין אויף גשמיות, און הערשט נאכדעם בעהט מען אויף תורה און אלע רוחניות'דיגע ענינים, און דער רב צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו, קל מסתתר: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - אב"ד דקהילתינו הק' לינדען.
ערש"ק ארום 8:45 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, מ'האט געדאווענט קבלת שבת און מעריב, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 12:15 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען מוה"ר יצחק אייזיק אפעלדארפער הי"ו, דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט דברי תורה על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'אלה הפקודים אשר פקד משה ואהרן ונשיאי ישראל שנים עשר, איש איש אחד לבית אבותיו היו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: מוה"ר שמואל מרדכי פיש הי"ו, ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' אהרן לעוו הי"ו, ברכת המזון: הר"ר זלמן לייב שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בעש"ט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם יום טוב שבועות, און פון הרה"ק בעל דברי שלום מ'סטראפקוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן ו' סיון - יום א' דשבועות, אז ביום השביעי: מוה"ר יוסף אורי ראזמאן הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי, נאך חמישי האט דער רב קורא שם געווען לבת הנולדה למז"ט אצל ר' יעקב אליעזר בערקאוויטש הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג צו די קידושים לרגל עלי' לתורה פון החתן בן הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, און לרגל הולדת הבת אצל ר' יעקב אליעזר בערקאוויטש הי"ו און אצל מוה"ר לייבוש גרינפעלד הי"ו, דער רב האט אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה ברכות לרוב, ארום 12:25 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= רעוא דרעוין =
ארום 8:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו - מאנטריאל, שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי גימפל וויינגארטן הי"ו - מאנטריאל.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ט ע"ב - מ' ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ט ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א', ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך אויפגעהאלטן במשכ'ן טאג.
ארום 8:00 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואו דער רב האט געפראוועט א מסיבת הכנה ליום טוב שבועות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה, פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן ליכט לע"נ זקינו בעל אהבת ישראל מ'וויזניץ זי"ע.
נאך מנחה איז פארגעקומען די מסיבה, מען האט געזינגען פילע ניגונים, דער רב האט משמיע געווען א דרשה און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ואשא אתכם על כנפי נשרים ואביא אתכם אלי', און ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברי הכנה ליום טוב שבועות הממשמש ובא, דער רב האט ארויסגעברענגט צווישן אנדערע די וויכטיגקייט פון מתפלל זיין אין דעם גרויסן טאג און וויפיל מ'קען אלץ אויס'פועל'ן, און מען דארף זעהן איינצורייסן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צו גרויסע מדריגות, די השפעות רוחניות פון א גאנצע יאר ליגט אין דעם טאג, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
מ'האט געענדיגט ארום 9:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.
אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ב"ר שמשון שווארץ הי"ו און מוה"ר חיים דוד קרויס הי"ו אין די זאלן פון פרדס יואל. דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.
ארום 8:45 אינדערפרי איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וועלכע געפינט זיך אין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 9:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, און ביים ליינען עולה געווען רביעי, נאכ'ן דאווענען ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
דערנאך האט זיך דער רב אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א, וועלכע געפונט זיך אין בלומינבערג, דער רב איז ארומגעגאנגען אינעם היכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א שטיק צייט, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
שפעטער נאכמיטאג ארום 4:30 איז דער רב אנגעקומען אינעם אוטוסוויל תפיסה צו באזוכן די היימישע אידן וועלכע זיצן דארט, דער רב איז אריין אינעם ביהמ"ד אינעם טורמע, און באגריסט דעם ציבור און ארומגערעדט מיט יעדעם באזונדער, און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי חיזוק פאר די יושבי חושך וצלמות, און דערנאך געדאווענט תפילת מנחה דארט אין ביהמ"ד, נאך מנחה איז דער רב אריין אינעם צעל פון אחד מאנשי שלומינו און א לענגערע צייט ארומגערעדט מיט אים בדברי חיזוק, און דערנאך פארלאזט דעם טורמע אויפן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
ארום 8:25 פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, דער רב איז ארויף אין שטוב פון הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א לרגל שמחת סיום הש"ס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הר"ר משה אפרים שליט"א ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רב ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו וואו עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם יודא הי"ו, דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר ר' אברהם יודא ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל בריב"א שטערן הי"ו און מוה"ר חיים וואלף קרויס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך איז דער רב אריבער צו די זאל פון קאנטינענטאל וואו עס איז פארגעקומען די שמחת סיום הש"ס דורך הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' משה יודא ובני משפחתו.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל אברהם ווייס הי"ו און מוה"ר בערל לעווי הי"ו בן הרבני החסיד ר' חיים לעווי הי"ו - וויען עסטרייך, אין די זאל פון לומיר, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
🌴 בצל מורינו 🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבת התחזקות פאר די גבאי ועסקני התאחדות אברכים וומ"ס לרגל די קאמפיין בתוככי קהילתינו הק' זיך אנצושליסן צום פרישן מחזור לימוד הש"ס בחבורת תורתך שעשועי פארגאנגענעם דינסטאג נאכט אין די זאל פון גינת אסתר. ~🌴~
ארום 10:00 איז דער רב אנגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר וואו עס איז פארגעקומען אן אסיפה פאר אלע עסקני וגבאי התאחדות אברכים צו מחזק זיין די עבודת הקודש מיט'ן אויפהייבן די כח התורה בקרב קהילתינו הק' בכלל, ובפרט יעצט מיט די מאסיווע אנשליס קאמפיין צו חבורת תורתך שעשועי וואס פראוועט יעצט א סיום הש"ס און הייבט אן א פרישע מחזור אין ש"ס.
דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר אלע עסקנים און ארומגערעדט איבער די כח התורה וואס שפרודלט ב"ה בקרב הקהילה, ס'איז גאר שטארק אוועקגעשטעלט מיט תורה אבער ס'קען אייביג זײן בעסער, און מ'דארף זעהן מחזק צו זיין און הייבן די לימוד התורה אין די קהילה, און ארומגערעדט ספעציעל איבער חבורת תורתך שעשועי וועלכע האלט יעצט ביי די לעצטע דפים פון ש"ס, און ארויסגעברענגט לשבח דער פטרון החבורה מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו, און ספעציעל ביים יעצטיגן סיום הש"ס דורך אלפי חברי הקהילה איז אריינגעלייגט געווארן אויסטערלישע כוחות און מ'האט געטוישט די פלענער אז אלעס זאל זיין לכבוד התורה אויף א ערליכע וועג, און באדאנקט די עסקנים פאר די עבודה וואס זיי לייגן אריין, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר ליפא ב"ר יחיאל מיכל פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ח ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 7:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם אלטן בנין פון ישיבה לצעירים וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת התחזקות אינאיינעם מיט די בחורי חמד חברי חבורת קדושת יום טוב וואס שטייט בראשות דעם רב שליט"א וועלכע כשמו כן הוא לייגן די בחורים אריין כוחות זיך צוצוגרייטן צו די ימים טובים מיט א הכנה דרבה, ביים אנקומען איז דער רב צום ערשט אריין בחדרו הפרטי פאר עטליכע מינוט, ארום 7:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום מסיבה, מ'האט געזינגען פילע ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני תורה, און נאך, דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די חברי החבורה און די רמ"י ישיבותינו הקדושות וועלכע זענען געווען אנוועזנד.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, און זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון קבלת התורה אין פרשת משפטים, דער רב האט ארויסגעברענגט די מעלה פון דעם חבורה ווי בחורים האלטן זיך צוזאמען בכח הרבים, און ארויסגעברענגט אז די ציהל פון די חבורה איז לעת עתה נוגע מער בעפאר א יו"ט, און העלפט ארויס אז די בחורים זאלן שפירן א טעם אין א יו"ט און מאכן די ריכטיגע הכנה, און געזאגט אז במשך הזמן וועט מען אי"ה מער אויסשפרייטן די חבורה אויך אויף אנדערע זמנים.
דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די יו"ט שבועות וואס האט די גאנצע ימי הספירה אלץ א הכנה, ווייל אינעם יו"ט וואס דער אויבערשטער האט אונז אויפגעהויבן און מיר זענען געווארן דעם עם הנבחר וויל דער אויבערשטער ווייזן אז די שליסל צו אלעם איז די הכנה דרבה פון פאראויס, און מאריך געווען בגודל קדושת חג השבועות וואס דעמאלטס באקומען אידן די כוחות צו שטיין פעלזן פעסט קעגן דעם יצר הרע, און ארומגערעדט איבערן כח התפילה, ווי שטארק יעדע תפילה פון אים טוט אויף אויבן אין הימל, און אז מ'קען זיך אויסבעטן לאו דווקא ביי אהבה רבה, און מ'דארף בעטן און איינרייסן צו זיין אן ערליכן איד, א תלמיד חכם, דינען דעם אויבערשטן, ועוד.
דער רב האט אויפגעפאדערט דריי נקודות אויף וואס מען זאל ארבעטן לקראת יו"ט שבועות הבעל"ט, און נאך שבועות וועט אי"ה פארקומען א סעודת שבת אינאיינעם מיט די חברי החבורה וואס האבן איינגעהאלטן די קבלות טובות, א - אין די דריי טעג פאר שבועות וואס ס'איז נישט דא קיין ישיבה זאל מען לערנען סך הכל זיבן שעה לכל הפחות, וכל המוסיף מוסיפין לו, ב - מען זאל אדורכלערנען דעם אור החיים הק' אין פרשת יתרו וואס פלאמט אויף דעם הארץ, ג - מען זאל נישט אויסרעדן פון ברכו ביז נאך כתר וואס אמאל פלעגט עס זיין א דבר פשוט אבער היינט איז עס שוואכער געווארן.
און דער רב האט ממשיך געווען דברי חיזוק מען זאל שטיין מיט א שטארקייט און נישט ווערן צובראכן, די אלע צובראכנקייט איז עצת היצר, התעוררות ביים דאווענען קומט אמאל פון זיך אליינס און אמאל נישט, אז מ'האט נישט געוויינט ביי אהבה רבה מיינט נישט אז מ'האט נישט געדאווענט, און קען זיין אז טאקע דאס דארף דער אויבערשטער די צובראכנקייט וואס מ'האט דערביי, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מען זאל קענען לערנען און געדענקען, און עס קענען אויספירן אויף למעשה, דער אויבערשטער זאל אריינלייגן אין אונז א קדושת יום טוב, ס'זאל אריינשייינען אין אונז א הארה, דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ז ע"ב - ל"ח ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד, נאכ'ן לערנען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, ארום 6:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 7:00 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ישכר לעפקאוויטש הי"ו און מוה"ר מענדל לאנדא הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דערנאך ארום 10:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
ארום 8:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים לרגל סיום מסכת דורך הב' אלי' שווארץ ני"ו מחשובי תלמידי הישיבה, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ד ע"א - ל"ו ע"א, ארום 1:10 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 9:00 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול, און ארום 9:45 תפילת מעריב אין חדר ב'.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר שמואל מרדכי פיש הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אשר אנשיל ליכטענשטיין הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
ארום 8:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען חשובי אנשי שלומינו הנאספים, שיר המעלות: מוה"ר יואל שווארץ הי"ו.
דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויף די פסוקים אין די 'באהאלטענע ברכות' צווישן אנדערע אויפ'ן פסוק 'והשמותי את מקדשיכם ולא אריח בריח ניחוחכם' וואס קאזניצע מגיד ביים ליינען דעם פסוק האט זיך צוקרעכצט 'אוי טאטע ווען דערלעבט מען עס שוין', און דער רב האט עס אויסגעטייטשט אז מ'זאל שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח וואס דעמאלטס וועלן אפי' אלע גשמיות'דיגע צרכים וואס האט א י' ה' ווערן א חלק פון רוחניות וואס איז ו' ה', און דערביי ארויסגעברענגט אז היינטיגע צייטן ביז משיח קומט דארף מען זעהן אז ביי יעדע דבר גשמי זאל מען אינזין האבן און עס טוהן פאר רוחניות, יעדע זאך וואס א איד טוט אויף דער וועלט איז נאר צו קענען לערנען און דאווענען און צו האבן כח צו דינען דעם אויבערשטן, מען דארף דינען דעם אויבערשטן מיט א פנימיות און אריינברענגן דעם בוכ"ע אין די ארציות.
יעצט ווען עס קומט יום טוב שבועות דארף מען מעומקא דליבא מתפלל זיין און זיך איינבעטן ביים רבש"ע חוץ אז מ'זאל קענען לערנען זאל מען וויסן וואס דער אויבערשטער וויל, איינרייסן ביים כסא הכבוד 'הייליגער באשעפער, דו ווייסט גאנץ גוט אז מיר ווילן דיר דינען אפי' אין די ארציות, אפי' אין די טמא'נע וויליאמסבורג'ע גאסן וואס בפרט יעצט אין די זוממער וואכן איז עס גאר שווער און מען דארף זיך מתגבר זיין, מיר ווילן זיין אפגעהיטן און דיר דינען, העלף אונז און געב אונז כח דערצו'.
דער רב האט מאריך געווען בשבח פון די אלפי חברי הקהילה וואס גרייטן זיך יעצט צום געהויבענעם מאמענט פון מסיים זיין גאנץ ש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי, און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די חבורה, און באזונדער ארויסגעברענגט אז תורה דארף טוישן א מענטש, אזויווי הרה"ק ר' מענדל מ'רימנוב זי"ע האט אלץ חתן אדורכגעלערנט הונדערט מאל רי"ף אויף גאנץ ש"ס און נאכדעם געוויינט 'איך האב טאקע געלערנט דעם רי"ף אבער וואס האט דער רי"ף מיר געלערנט', עס דארף זיך דערקענען אויף א מענטש אז ער איז א בן תורה, ער איז א תורה'דיגע איד, סיי אינדערהיים און סיי אויפ'ן גאס, עס דארף טוישן די גאנצע שטוב, א ש"ס איד דארף זיך אויפפירן מער ערנסט און וויסן אז עס פאסט מיר נישט אלעס, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
קל מסתתר: מוה"ר יואל גרינפעלד הי"ו, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: בנו הר"ר יואל שליט"א - ב"פ.
ערש"ק ארום 8:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, מ'האט געדאווענט קבלת שבת און מעריב, און נאכן דאווענען האט דער רב געציילט ספירה פארן עמוד בהתלהבות אש, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 10:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 12:00 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר צפני' שרעבי שליט"א, דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקים בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול, מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: מוה"ר טובי' ליפא גראס הי"ו, ויהיו רחמיך: מוה"ר גדלי' אפפעל הי"ו - מנאמני בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, ברכת המזון: הר"ר יעקב יצחק ווינקלער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים.
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הקדושים וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן וואך, מ'האט געזינגען אז ביום השביעי, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי, נאך חמישי האט דער רב קורא שם געווען לבת הנולדה למז"ט אצל מוה"ר לייבוש גרינפעלד הי"ו, נאך שביעי האט דער רב קורא שם געווען לבת הנולדה למז"ט אצל מוה"ר בנציון ראזענבערג הי"ו, נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מוסף.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דעם ברית מילה לבן הנולד אצל מוה"ר יואל ב"ר יושע פרענקל הי"ו, דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג צו די קידושים, און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה ברכות לרוב, ארום 12:35 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ז ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ו ע"ב - ל"ז ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין די קארנוואל געגנט ביים שטח פונעם נייעם בנין פאר די ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה, וואס האלט אינמיטן די העפטיגע בוי פאזעס און איז ערווארטעט צו זיין פערטיג כלול בהדרו דעם קומענדיגן חודש תמוז הבעל"ט, דער רב האט זיך אויפגעהאלטן אויפ'ן פלאץ פאר א לענגערע צייט און ארומגעגאנגען אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף אלע חלקים אינעם גאנצן מלאכת הבנוי', ספעציעל אויפ'ן פלאץ וואו עס גײט ווערן אויפגעבויעט א הערליכע מקוה פאר די תלמידי הישיבה וואס לויט די פלענער װעט פארקומען א מעמד יציקת הבורות דעם קומענדיגן וואך, דער רב האט איבערגעקוקט דעם גאנצן מקום המקוה זיכער צו מאכן אז אלעס איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן על פי הלכה און אנגעגעבן עטליכע הוראות אויף ווייטער, דער רב איז איבערגעגאנגען די דעטאלן פונעם יציקת הבורות און אויסגעארבעט די ענדגילטיגע פלענער, באזונדער האט זיך דער רב נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים אינערהאלב דעם גאנצן בנין זיכער צו מאכן אז אלעס איז אויסגעשטעלט לטובת די תלמידי הישיבה, און נאך, דער רב האט זיך באדאנקט און ארויסגעוויזן אנערקענונג פאר די בוי ארבעטער וואס מאכן גאר א גוטע ארבעט ביז אהער און אנגעוואונטשן הצלחה אויף ווייטער, אזוי אויך האט זיך דער רב גאר ווארעם באדאנקט פאר די הנהלת הישיבה וואס לייגט אריין געוואלדיגע כוחות אז אלעס זאל צושטאנד קומען על צד היותר טוב, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם שטח הבנין אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל פנחס זיכערמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם מאיר פריעדמאן הי"ו וואס איז פארגעקומען אינאיינעם מיט א סיום הש"ס דורך מוה"ר יוסף ב"ר דוד ארי' יאקאב הי"ו אין די זאל פון הדר ריזל, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר ארי' לייב ווידער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ישראל אברהם יצחק לעפקאוויטש הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית זקינו הרה"ח ר' פנחס לוי שטיינמעטץ הי"ו.
דערנאך ארום 9:45 האט דער געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - מנהל מחנה רב טוב, און מוה"ר יעקב שטערן הי"ו אין די זאל פון עטרת אסתר.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ו ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 3:45 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד, נאכ'ן לערנען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, ארום 6:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 7:00 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
דערנאך איז דער רב געווען אויף א כתיבת האותיות בבית הרה"ח ר' חיים צבי מויזקאפף הי"ו אויף די ספר תורה וואס ער געט אריין דעם קומענדיגן שבת קודש אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק', דער רב האט אריינגעשריבן אן אות, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נדבן ובני משפחתו.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אשר אנשיל יאזשעף הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו און מוה"ר יואל ב"ר שלמה זאב שעהנפעלד הי"ו אין די זאל פון אולם פרענקל, דער רב האט געליינט תנאים, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מאיר הערש גליק הי"ו און מוה"ר אברהם מענדל ווערטהיימער הי"ו אין די זאל פון לומינענס, דער רב האט געליינט תנאים, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר זלמן לייב שווארץ הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר חיים משה ווייסמאן הי"ו אין די זאל פון אפעל גארדענס.
ביים שמחת התנאים פון די מחותנים הגה"צ אב"ד נייטרא וויליאמסבורג שליט"א בן הגה"צ אב"ד אייזנשטאט שליט"א וחתן הגה"צ צבי יששכר דוב כ"ץ זצ"ל אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג, און הרב ר' נחום אלישע הורוויץ שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה בן הגה"צ ר' נפתלי צבי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן וחתן הגאון הגדול גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, אין די זאלן פון עדן לאנדא, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית המדרש בנין געלבשטיין דקהילתינו הק'.