🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · א׳ סיוון תשפ״ה · May 28, 2025 · 9:13 PM
#1538
= רעוא דרעוין =

ארום 8:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען חשובי אנשי שלומינו הנאספים,
שיר המעלות: מוה"ר יואל שווארץ הי"ו.

דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויף די פסוקים אין די 'באהאלטענע ברכות' צווישן אנדערע אויפ'ן פסוק 'והשמותי את מקדשיכם ולא אריח בריח ניחוחכם' וואס קאזניצע מגיד ביים ליינען דעם פסוק האט זיך צוקרעכצט 'אוי טאטע ווען דערלעבט מען עס שוין', און דער רב האט עס אויסגעטייטשט אז מ'זאל שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח וואס דעמאלטס וועלן אפי' אלע גשמיות'דיגע צרכים וואס האט א י' ה' ווערן א חלק פון רוחניות וואס איז ו' ה',
און דערביי ארויסגעברענגט אז היינטיגע צייטן ביז משיח קומט דארף מען זעהן אז ביי יעדע דבר גשמי זאל מען אינזין האבן און עס טוהן פאר רוחניות, יעדע זאך וואס א איד טוט אויף דער וועלט איז נאר צו קענען לערנען און דאווענען און צו האבן כח צו דינען דעם אויבערשטן, מען דארף דינען דעם אויבערשטן מיט א פנימיות און אריינברענגן דעם בוכ"ע אין די ארציות.

יעצט ווען עס קומט יום טוב שבועות דארף מען מעומקא דליבא מתפלל זיין און זיך איינבעטן ביים רבש"ע חוץ אז מ'זאל קענען לערנען זאל מען וויסן וואס דער אויבערשטער וויל, איינרייסן ביים כסא הכבוד 'הייליגער באשעפער, דו ווייסט גאנץ גוט אז מיר ווילן דיר דינען אפי' אין די ארציות, אפי' אין די טמא'נע וויליאמסבורג'ע גאסן וואס בפרט יעצט אין די זוממער וואכן איז עס גאר שווער און מען דארף זיך מתגבר זיין, מיר ווילן זיין אפגעהיטן און דיר דינען, העלף אונז און געב אונז כח דערצו'.

דער רב האט מאריך געווען בשבח פון די אלפי חברי הקהילה וואס גרייטן זיך יעצט צום געהויבענעם מאמענט פון מסיים זיין גאנץ ש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי, און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די חבורה,
און באזונדער ארויסגעברענגט אז תורה דארף טוישן א מענטש, אזויווי הרה"ק ר' מענדל מ'רימנוב זי"ע האט אלץ חתן אדורכגעלערנט הונדערט מאל רי"ף אויף גאנץ ש"ס און נאכדעם געוויינט 'איך האב טאקע געלערנט דעם רי"ף אבער וואס האט דער רי"ף מיר געלערנט', עס דארף זיך דערקענען אויף א מענטש אז ער איז א בן תורה, ער איז א תורה'דיגע איד, סיי אינדערהיים און סיי אויפ'ן גאס, עס דארף טוישן די גאנצע שטוב, א ש"ס איד דארף זיך אויפפירן מער ערנסט און וויסן אז עס פאסט מיר נישט אלעס, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

קל מסתתר: מוה"ר יואל גרינפעלד הי"ו,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: בנו הר"ר יואל שליט"א - ב"פ.

נאך מעריב איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 106