🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ז סיוון תשפ״ה · Jun 13, 2025 · 11:37 AM
#1624
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת בהעלותך =

במשכ'ן טאג האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין קרית יואל,
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם אביגדור שמאיע הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט דער רב באשיינט די סיומי הש"ס דורך אנשי שלומינו אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי,
ביים סיום הש"ס דורך הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו וואס איז פארגעקומען בביתו בהשתתפות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
ביים סיום הש"ס דורך מוה"ר אלי' בן הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו וועלכע איז פארגעקומען בביתו,
און ביים סיום הש"ס דורך הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', וועלכע איז פארגעקומען אינאיינעם מיט א שבע ברכות פאר בתו הכלה עב"ג החתן בן הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, אין די זאלן פון אפעל גארדענס.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון החתן בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר שמואל פרענקל הי"ו אין די זאלן פון עטרת אסתר, דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר מאיר זילבער שליט"א בן הגה"צ גאב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר שמעון אדלער שליט"א בן הגה"צ אב"ד סערעדנא מאנסי שליט"א וחתן הר"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א, אין די זאלן פון אולם פרענקל, צוגעשטעלט דורך די זיידע הר"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א.

אום 9:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן הגה"צ ר' קלמן יהושע באב"ד שליט"א - אבד"ק דראהביטש, חתן הרה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' ארי' לייבוש הלברשטאם שליט"א - אבד"ק צאנז גריבוב, בן האדמו"ר מ'צאנז גריבוב זצ"ל וחתן הגה"צ מ'דאמבראווא שליט"א, אין די זאלן פון בית שפרה,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר גרשון גוטמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם מרדכי לאם הי"ו - מאנסי, אין די זאלן פון סעוויל מענאר, צוגעשטעלט דורך די זיידע הרה"ח ר' בנימין בארבער הי"ו.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 137
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ז סיוון תשפ״ה · Jun 13, 2025 · 2:37 AM
#1611
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים אסיפת הרבנים היינט נאכמיטאג בבית הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א - דומ"ץ טאהש ב"פ בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 138
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט״ז סיוון תשפ״ה · Jun 12, 2025 · 3:30 AM
#1609
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים תנאים פון בן העסקן ר' יודא לייב זארגער הי"ו - מאנסי היינט אויפדערנאכט אין די זאל פון שאפערס העיווען אין מאנסי.
~🌴~
👁 150
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ו סיוון תשפ״ה · Jun 11, 2025 · 2:14 PM
#1607
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת בהעלותך =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"א ע"א - מ"ב ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 10:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה,
נאכ'ן לערנען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
ארום 6:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר אהרן דוד רובינשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר הערשל קלעפנער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר דוד ארי' יאקאב הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ליפא הכהן רובין הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.

דערנאך איז דער רב אריבער צום סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו אין די זאלן פון סקיל מענאר.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר קלמן אליעזר רובינשטיין הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר משה אברהם ווידער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שמואל שמעלקא קרויס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די בראנקס געגנט וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הנגיד ר' מנחם פייגער הי"ו.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
ביים אנקומען אין קרית יואל האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר משה בראך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק בוקסבוים הי"ו אין די זאל פון גינת קליין.

דערנאך האט דער רב מנחם אבל געווען משפחת אפפעל היושבים ע"פ אמם האה"ח ע"ה אשת הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל ע"ה בבית הנפטרת.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מרדכי יודא שווארץ הי"ו - וומ"ס, עב"ג הכלה בת מוה"ר משה וואלף פייערשטיין הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ארום 12:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול,
און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 160
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ג סיוון תשפ״ה · Jun 9, 2025 · 1:37 AM
#1605
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת בהעלותך =

נעכטן מוצש"ק אויפדערנאכט האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א באטייליגט ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל הר"ר יעקב בהר"ר אלחנן זאב פריעדמאן שליט"א אין בית המדרש לב אהרן דקהילתינו הק'.

היינט ארום 8:30 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ט ע"ב - מ"א ע"א,
ארום 1:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק', עב"ג הכלה בת מוה"ר דוד מרדכי שווארץ הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און תפילת מעריב בזמן רבינו תם בבית מדרשינו הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' חיים צבי שווארץ הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר דוד מרדכי שווארץ הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל אברהם סטראלאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שמואל יודא בערקאוויטש הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר משה יודא גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון לומינענס,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר בערל שימאנאוויטש הי"ו אין די זאלן פון אפריון קראסנא.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 173
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ב סיוון תשפ״ה · Jun 8, 2025 · 4:43 AM
#1603
ידיד נפש: מוה"ר יעקב מיטטעלמאן הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א - מאנסי,
נאכ'ן בענטשן האט דער רב געזאגט די ברכות לרגל די שבע ברכות פון החתן בן הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
דער רב האט מכבד געווען הרה"צ ר' אלעזר אייכענשטיין שליט"א מיט עטליכע ברכות, און הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א מיט ברכה אחריתא.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטע וואך.
~🌴~
👁 196
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ב סיוון תשפ״ה · Jun 8, 2025 · 4:43 AM
#1602
= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאך חמישי האט דער רב קורא שם געווען לבת הנולדה למז"ט אצל מוה"ר ליפא יואל ריספלער הי"ו,
נאך שביעי האט דער רב קורא שם געווען לבת הנולדה למז"ט אצל מוה"ר יושע וואלדמאן הי"ו,
נאכ'ן ליינען האט מען געדאווענט תפילת מוסף.

נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג צו די קידושים לרגל עלי' לתורה פון החתן בן מוה"ר יואל ברד"א יאקאב הי"ו און פון החתן בן מוה"ר יואל ברא"ד רובינשטיין הי"ו, און לרגל הולדת הבת אצל מוה"ר ליפא יואל ריספלער הי"ו און אצל מוה"ר יושע וואלדמאן הי"ו, דער רב האט אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה ברכות לרוב,
ארום 12:40 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= רעוא דרעוין =

ארום 8:55 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר משה הערש הערשקאוויטש הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ימי השמחה אין די קהילה מיט'ן סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך הונדערטער חברי הקהילה, ס'איז א שמחה וואס מ'קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, מ'האט זיך מייגע געווען לילות כימים. און אין די קומענדיגע טעג וועט מען בעז"ה פראווענען די סיום ברוב עם ארויסצוהייבן לשבח די הונדערטער מסיימים, און ס'איז זייער חשוב אז עס הערשט א מורא'דיגע ווארעמקייט זיך מיטצוכאפן מיט'ן התחלת הש"ס,
ס'איז אבער דא אידן וואס ארבעטן ביטער שווער על המחי' ועל הכלכלה אדער דארפן זיי ארויסהעלפן אינדערהיים און זיי טוען עס מיט מסירות נפש, אזוי אויך כלי קודש וואס זענען עוסק מיט תלמידים און מורי הוראה וואס זענען פארנומען צו פסק'ענען שאלות, און זיי קענען קוים דעריאגן דורכצולערנען אן עמוד גמרא מיט א קלארקייט, אדער אפילו איינער וואס נוצט אויס די צייט צו לערנען חומש רש"י צו אוה"ח הק' יעדע וואך, חלילה צו ווערן צוקלאפט און האבן א געפיל אז זייער תורה איז נישט גענוג ווערד, יעדער טוט זיין תפקיד אויף דער וועלט, אויבן אין הימל פרעגט מען נישט צו מען האט מסיים געווען ש"ס, מען פרעגט 'קבעת עתים לתורה',
נאר פארשטייט זיך אז דער וואס האט נאך יא איבריג צייט אין טאג זאל זיך אוודאי מיטכאפן מיט'ן צווייטן מחזור פון תורתך שעשועי.

דאן האט דער רב מאריך געווען איבער דאס וואס האט זיך אריינגעכאפט בקצה המחנה צו מיטהאלטן שיעורים אין תורה אויף די כלים הטמאים, און דערביי דערציילט איבער איינער פון די חברי הנהלת מוסדותינו הק' אין קרית יואל וואס איז פארבעטן געווארן דורך א געוויסע ארגעניזאציע וואס איז מחזק אידן אין שמירת עינים צו רעדן אויף א ווידיאו איבער דעם ענין,
און דער רב האט מסביר געווען אז ס'קען נישט זיין אז א זאך וואס האט ליידער אזויפיל חרוב געמאכט און אזויפיל פארדארבן זאל קענען ברענגען גוטע זאכן, און אז דאס איז געווען די גאנצע מלחמה פונעם הייליגן חתם סופר איבער לערנען בלשונות העמים, און דערמיט האט דער רב אויסגעפירט "ענדערש נישט צו לערנען ווי צו לערנען אויף אזא אופן, א זאך וואס נייגט אוועק מדרך המסורה איז אינגאנצן מופרך בײ אונז",
מיט יארן צוריק איז שוין געווען א געוויסע חסידות וואס איז אויפגעקומען מיט א געדאנק אז מען קען פארלערנען חסיד'ישע ענינים אויף די טעלעוויזיע, און עס האט דאן אפגעמאכט א געפערליכע שטורעם און מחאות. מען דארף וויסן אז א זאך וואס ברענגט אונטער אידישקייט קען מען נישט נוצן פאר תורה קיין כי הוא זה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
👁 164
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ב סיוון תשפ״ה · Jun 8, 2025 · 4:42 AM
#1601
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת נשא =

ערש"ק ארום 8:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 10:30.

= סעודת ליל שבת קודש =

ארום צען מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת שבת קודש אינאיינעם מיט קרוב צו צוויי הונדערט בחורי חמד תלמידי ישיבותינו הק' חברי חבורת קדושת יום טוב העומד תחת דגלו והדרכתו פונעם רב שליט"א װעלכע האבן יעצט אין די ימי חג השבועות העעל"ט מקבל געווען קבלות טובות בעניני לימוד התורה,
די סעודה איז געפראוועט געווארן אויף גאר א דערהויבענע פארנעם, און א ברייטן אויסשטעל צו קענען ארייננעמען די הונדערטער בחורים, אזוי אויך זענען במשך די סעודה צוגעקומען פילע אנשי שלומינו מיטצוהאלטן דעם סעודה.

דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש מיט א קאך און ברען, און דערנאך קידוש געמאכט בהתלהבות אש און מוציא געווען אלע בחורים,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכדו הבה"ח זלמן לייב שליט"א בן הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א.

דער רב האט זיך געוואשן און טועם געווען חלה,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט מערערע ניגוני שבת.

דער רב האט משמיע געווען דברי תורה על הפרשה, און ארומגערעדט איבער דעם ענין פון הכנה צו א מצוה,
דער רב האט ארויסגעברענגט די מעלה פון זיין נמנה אין דעם חבורה, עס נעמט צוזאם די חסיד'ישע בחורים, און געזאגט אז ס'איז נוגע ללבו מיט א מורא'דיגע חביבות, די גאנצע קהילה קוקט ארויס דערויף, עס וועט אויפהייבן די גאנצן אויר אין די קהילה,
דער רב האט אויסגעשמועסט די פלענער אויף ווייטער אז מ'וועט אוועקשטעלן די חבורה אויף כלליות'דיגע ענינים, און פון היינט און ווייטער זאלן זיך די בחורים אונטערנעמען דריי קבלות טובות,
א - מען וועט קובע זיין א געוויסע חסיד'ישע ספר וואס צו לערנען, ב - מ'זאל לערנען יעדן טאג כאטשיג פופצן מינוט פאר'ן דאווענען, ג - א האלבע שעה פאר כניסת השבת זאל מען זיין גרייט און עוסק זיין בתורה,
מ'האפט אי"ה אנהאלטן די חבורה אויף קומענדיגן ווינטער, און אויב די בחורים וועלן זיך צושטעלן וועט נעקסטע יאר סוף ווינטער פארקומען א שבת התוועדות אויסער די שטאט פאר די בחורי החבורה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

= התוועדות ליל שבת קודש =

דער רב האט ממשיך געווען מיט'ן וועכנטליכן התוועדות ליל שב"ק,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
מ'האט אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי הסעודה,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקים פון ברכת כהנים בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול ועל דרך הפרד"ס,
מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א,
ויהיו רחמיך: הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א - מנהל בישיבה קטנה סניף נזר התורה,
ברכת המזון: הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א - מנהל בישיבה קטנה סניף אהבת התורה.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק ר' שלום אליעזר מ'ראצפערט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן דאנערשטאג - ט"ז סיון, און פון הרה"ק ר' משה'לע ראזוואדאווער זי"ע וואס די יארצייט געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - י' סיון.

מ'האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר לבן הנולד אצל ר' ליפא בערגער הי"ו און לבן הנולד אצל ר' יצחק יואל ראזענבערג הי"ו, דער רב האט טועם געווען און פארטיילט פאר די בעלי שמחה,
אז ביום השביעי: הר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 145
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ב סיוון תשפ״ה · Jun 8, 2025 · 4:42 AM
#1600
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת נשא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"א ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב'.
~🌴~
👁 141
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י׳ סיוון תשפ״ה · Jun 6, 2025 · 3:27 AM
#1597
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת נשא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ' ע"א וע"ב - מ"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קארנוואל געגנט וואו עס איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות בראשות הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די מקוה אינעם נייעם בנין הישיבה וועלכע ווערט געבויעט פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה וועלכע שטייט בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
דער רב איז אנגעקומען ארום 1:15 נאכמיטאג.

מיר לייגן דא ארויף די באריכט אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש, ותשואות חן חן להם.


דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן בנין הישיבה אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די הנהלת הישיבה,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף א שפאציר און א שמועס בדברי תורה ופלפול מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א פאר א לענגערע צייט אויף א פריוואטע פארנעם.

דערנאך איז פארגעקומען די יציקת הבורות,
דער רבי האט געגאסן צעמענט און אריינגעלייגט עטליכע מטבעות,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און הר"ר יואל אפפענהיים שליט"א - מנהל הישיבה, און די הנהלת הישיבה צו גיסן די מקוה,
דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקוואות מיט הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א - מגדולי המומחים בעניני מקוואות.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הצלחה פון די ישיבה, איבער די תועלת פון לערנען אין א ישיבה מחוץ לעיר, און איבער די פלענער צו באנייען די בנין הישיבה אין די קומענדיגע וואכן בעז"ה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר די הנהלת הישיבה און פאר די בוי מייסטערס פונעם בנין,
מען האט געענדיגט ארום 2:45.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ארום 7:00 פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בבית מדרשינו הגדול.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 258
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י׳ סיוון תשפ״ה · Jun 6, 2025 · 3:12 AM
#1596
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת נשא - אסרו חג שבועות =

ארום 10:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט רבינו שליט"א.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג נאכ'ן וויילן אויף יום טוב שבועות העעל"ט בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ארום 6:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג'.

אום 7:20 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר ברוך ראזענבערג הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שרגא יצחק ווייס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר אייזיק וויזעל הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר יואל ב"ר אהרן ווייס שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 9:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר ברוך ראזענבערג הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שרגא יצחק ווייס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל,
און דערנאך ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר שלמה יוסף באש הי"ו אינאיינעם מיט א סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך ר' שלמה יוסף, אין די זאלן פון אפריון קראסנא.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 164
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט׳ סיוון תשפ״ה · Jun 5, 2025 · 11:21 PM
#1589
🌴בצל מורינו🌴
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט בנו הגדול הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות ומסיבת לחיים היינט אין די פארמיטאג שעות פאר די מקוה אינעם נייעם בנין הישיבה פון ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועלכע ווערט געבויעט אינעם קארנוואל געגענט.
     ~🌴~
👁 265