🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת התנאים פון החתן בן הגה"צ אב"ד נייטרא וויליאמסבורג שליט"א בן הגה"צ אב"ד אייזנשטאט שליט"א וחתן הגה"צ צבי יששכר דוב כ"ץ זצ"ל אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה בן הגה"צ ר' נפתלי צבי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן וחתן הגאון הגדול גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, נעכטן אויפדערנאכט אין די זאלן פון עדן לאנדא. ~🌴~
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ה ע"ב - ל"ו ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 3:45 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד, נאכ'ן לערנען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, ארום 6:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 7:00 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יעקב יודא ארי' מאטצען הי"ו און מוה"ר יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו אין די זאל פון עידן לאנדא, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ד ע"ב - ל"ה ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, און דערנאך גומל געבענטשט נאכ'ן זיך צוריקקערן פונעם קורצן ביקור חיזוק בקרב קהילתינו הק' אין שטאט לאנדאן, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 3:45 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד, נאכ'ן לערנען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פונעם רב, און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, ארום 6:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 7:00 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל זוסמאן פריעדמאן הי"ו - ב"פ, און מוה"ר יודל היימאן הי"ו אין די זאל פון הדר ריזל, ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר אברהם הערש שווארץ הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית חמיו הר"ר אליעזר יודא מאליק שליט"א - רב דביהמ"ד טורי זהב אליק.
ארום 10:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול.
🌴 בצל מורינו 🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויף קביעות מזוזה בביתו החדש פון הר"ר יודל שווארץ שליט"א - מנהל בית רחל לאנדאן, דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת אין לאנדאן. ~🌴~
ארום 12:15 מיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה גדולה דמוסדותינו הק', דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, און צום ערשט ארויסגעברענגט לשבח די צוויי אחים לדבר מצוה הרה"ח ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק', ואחיו הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש למען הצלחת הישיבה, דער רב האט גערעדט פונעם באזוך פארגאנגענעם יאר ווען מען האט נאך געהאלטן אין די פריע שטאפלען פון די פלענער, די געדאנקען וואס די צוויי ברודער האבן אראפגעלייגט אויפ'ן טיש האט דאן אויסגעזעהן ווייט פון מציאות און ווי א חלום, אבער זיי זענען געגאנגען מיט'ן פולסטן קראפט און אפגעקויפט א בנין פאר די ישיבה און אריינגעגאסן דארט דמים תרתי משמע, און היינט זעהט מען פאר די אויגן אזא הערליכע ישיבה וואס איז אוועקגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות, און אין בלויז דעם קורצן יאר צייט זייט דעם פתיחת שערי הישיבה איז עס אויסגעשטיגן צו זיין פון צווישן די בעסטע ישיבות איבער דער גארער וועלט, וואס דאס איז אלעס צו פארדאנקען די געטרייע עוסקים במלאכת הקודש וואס רוען נישט קיין מינוט און מאכן זיכער אז אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב.
דער רב האט ארומגערעדט איבער וואס א ישיבה איז אוועקגעשטעלט און וואס מען קען קונה זיין אין די יארן, און ארויסגעברענגט אז דער עיקר פון א ישיבה איז נישט די תקנות וואס מען שטעלט אוועק, נאר דער ענדגילטיגער ציהל איז צו זיצן און לערנען, שטייגן על התורה ועל העבודה, זיך אפצולאזן פון אלע הבלי עולם הזה, נאר כדי צו קענען אנקומען דערצו דארף מען זיך האלטן צו גדרים וסייגים אזויווי ביי יעדע זאך אין כל התורה כולה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 1:00 איז דער רב אנגעקומען אינעם נייעם בנין הכולל דקהילתינו הק' וועלכע איז געעפנט געווארן דעם פארגאנגענעם זמן החורף העעל"ט, דער רב איז ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פון די הנהלת הכולל און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצע בנין, דערנאך איז דער רב אריין בהיכל הכולל און משמיע געווען א דרשה פאר די אברכים, דער רב האט ארומגערעדט בשבח פונעם כולל בראשות דעם ראש הכולל הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א וועלכע גיבט זיך איבער פאר יעדן פרט ופרט אינאיינעם מיט אלע ראשי הכוללים, און ארויסגעברענגט ווי שטארק דער כולל איז באקאנט אין דער וועלט לשם ולתפארת, און ווי בנו הר"ר אלעזר שליט"א זאגט כסדר אז ער וויל נישט צוריקקומען קיין ניו יארק ווייל אין ערגעץ איז נישט דא צו טרעפן אזא גוטן כולל.
דערנאך האט דער רב פארגעלערנט א לענגערע טיפע פלפול אין די סוגיא וואס די יונגעלייט זענען עוסק, געבויעט גג על גג מספרי ראשונים ואחרונים, די שיעור האט זיך פארצויגן פאר איבער א האלבע שעה ווען די לומדים שעפן חיות דקדושה פון דעם כח התורה און הערליכן פלפול, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רב אריין אין שטיבל אינאיינעם מיט'ן ראש הכולל הגה"צ ר' שמעי לעוו שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.
ארום 1:50 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת תורת חסד וואו דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך זענען אלע תלמידים זענען אריבער שלום נעמען.
ארום 2:10 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג צום לאנדאן היטראו לופטפעלד, פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער ארום 5:40 נאכמיטאג ארטיגע זייגער, 12:40 מיטאג ניו יארק'ע זייגער אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד אין ניו יארק, די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אום 7:25 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער שליסנדיג מיט דעם די געהויבענע קורצן נסיעה וועלכע האט איבערגעלאזט הויפענעס חיזוק והדרכה פאר כלל אנשי שלומינו תושבי עיר הבירה לאנדאן.
ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בביהמ"ד הגדול, נאך מעריב האט דער רב געציילט ספירה פארן עמוד בהתלהבות אש קודש.
ביים אנקומען לבית האכסניא נאך שלש סעודות האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געמאכט הבדלה, דערנאך איז דער רב אריבערגעגאנגען לבית הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו וואו ר' אליעזר האט מנדב געווען א סכום הגון לטובת דעם נייעם בנין הישיבה פאר די ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה וועלכע שטייט בהנהלת דעם רב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף לייב קאהן הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת דעם נייעם בנין הישיבה אינאיינעם מיט עטליכע נדיבים בעם, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע באטייליגטע, דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די שיינע שבת און ל"ג בעומר וואס איז אריבער בקרב הקהילה און ווי עס דערקענט זיך די אויסטערלישע בליה און וואוקס פון די קהילה אין יעדן הינזיכט, דערנאך האט דער ארויסגעברענגט די נחיצות פון בויען דעם נייעם בנין לטובת הישיבה, און די מורא'דיגע הצלחה וואס באגלייט די ישיבה עד היום, און נאר מיט די הילף פון נדבות פון אנשי שלומינו קען מען אנגיין ווייטער, די באטייליגטע האבן זיך ווארעם אנגערופן מיט סכומים אדירים לטובת דעם נייעם בנין, און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדן פערזענליך ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רב אריבער בבית החדש פון הר"ר יודל שווארץ שליט"א - מנהל בית רחל דמוסדותינו הק', וואו דער רב האט קובע געווען א מזוזה אויפ'ן הויפט אריינגאנג, מ'האט געענדיגט ארום 1:20 און דער רב איז אהיים לבית האכסניא.
ארום 7:10 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט פארגעלערנט פרקי אבות, עס איז געווען פארזאמעלט א ריזן ציבור תושבי העיר אינאיינעם מיט פילע רבני ודייני העיר, דער היכל הביהמ"ד איז געווען מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור לאלפים.
דער רב האט זיך געשטעלט אויף דעם ערשטן משנה אין פרק ד' 'בן זומא אומר איזהו חכם הלומד מכל אדם', און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים במשך דעם דרשה.
דער רב האט משמיע געווען דברי הכנה צום יום טוב שבועות הממשמש ובא ארומרעדנדיג איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם יום טוב, דער רב האט נאכגעזאגט פילע נקודות און מימרות פון רבותינו הקדושים און צדיקים הקודמים, ארויסברענגענדיג אויף וואס דער יו"ט איז אוועקגעשטעלט געווארן, וויפיל מ'קען זיך אויסבעטן אין דעם טאג, וואס מען קען אלץ אויס'פועל'ן באותו היום, און נאך.
דער רב האט א לענגערע צייט מאריך געווען ארומצורעדן אינעם ענין פון מתפלל זיין ביי אהבה רבה און זיך אויסוויינען פאר'ן בורא כל עולמים וואס דורכדעם קען מען נשתנה ווערן לאיש אחר און זוכה זיין צו דערגרייכן הבנת התורה אויף אן אויסטערלישן פארנעם, און ארויסגעברענגט אז תפילה איז דער שליסל צו דעם, און דערביי דערציילט עטליכע ערשט האנטיגע מעשיות וואס האט זיך אפגעשפילט אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט, צווישן אנדערע א לעצטיגע מעשה ווען דורכאויס די וועכנטליכע באזוכן אין די ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג איז אויסגעקומען צו פארהערן די בחורים, און שפעטער האט דער מנהל אנגעוויזן פאר'ן רב וועלכע האט אויסגערימט א בחור וואס האט ספעציעל גוט געקענט אז ס'איז זיין זוהן און ער פלעגט ביז היינט נישט קענען לערנען, ביז איין יאר שבועות איז ער ארויס פון ביהמ"ד ביי אהבה רבה און זיך אויסגעוויינט, און זייט דעמאלטס איז ער פון די בעסטע בחורים אין ישיבה.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די קשר וואס א טאטע דארף האבן מיט זיינע קינדער וואס דא אין אייראפע איז פיל וויכטיגער צו רעדן דערפון ווייל די מענטאליטעט איז אז די געפילן זענען מער באהאלטן, אבער דאס ברענגט שפעטער פראבלעמען, מען דארף זעהן צו געבן די ריכטיגע ווארעמקייט פאר די קינדער און עס וועט צוניץ קומען אין די שפעטערע יארן, און אויב נישט איז מען נישט יוצא די חיוב וואס א טאטע האט מגדל צו זיין די קינדער און מען פירט נישט אויס די חלק השותפות וואס מ'האט אינעם קינד, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
= רעוא דרעוין =
ארום 8:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, בעל תפילה: מוה"ר יעקב יצחק גרינפעלד הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הרה"ח ר' אברהם גאטטעסמאן הי"ו, כהן: מוה"ר פנחס פריעדמאן הי"ו - מנאמני בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, לוי: מוה"ר יעקב הערש הורוויץ הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו - מראה"ק דקהילתינו הק', הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: מוה"ר וואלף בער וויזענפעלד הי"ו - מנאמני בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער הי"ו, און מ'האט ממשיך געווען מיט ווארעמע ניגונים און ניגוני התעוררות ללימוד התורה, ועוד.
דער רב מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א צו זאגן דברי תורה, און ער האט גערעדט קורצע ווערטער, דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'כל מלאכה לא תעשו, שבת הוא לשם בכל מושבותיכם', און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה, דער רב האט ארויסגעברענגט אז שבת ווערט נעקר דעם יצר הרע פון א יעדן איד'ס הארץ, און מיט דעם אויסגעטיישט דעם פיוט 'בר יוחאי מושב טוב ישבת', דער רב האט ממשיך געווען א לענגערע צייט בדברי הכנה ליום טוב שבועות הבעל"ט, און ארומגערעדט בגודל לימוד התורה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
קל מסתתר: מוה"ר משה שווארץ הי"ו, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל מאיר שרייבער הי"ו, נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מ'האט געענדיגט ארום 11:00 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא אין באגלייטונג פון פילע אנשי שלומינו.
אינדערפרי איז דער רב געגאנגען אינעם פריוואטע מקוה בבית האכסניא, ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יעקב יצחק גרינפעלד הי"ו, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית, הכל יודוך האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א - מנהל ת"ת דמוסדותינו הק' מאנטשעסטער, בעל קורא: הר"ר אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', כהן: מוה"ר יוסף לייב כהנא הי"ו, לוי: מוה"ר מרדכי יודא וואזנער הי"ו, שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א, רביעי: הר"ר אלעזר שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט געמאכט א מי שברך פאר די יולדת און פאר נכדתו וואס איז נקראת על שמה פון די באבע פעסיל לאה ע"ה מחברתו הטהורה פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, חמישי: מוה"ר יעקב יצחק גרינפעלד הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער הי"ו, הוספות: ר' משה אהרן דאסקאל הי"ו, הר"ר פייבוש גאלד שליט"א - קידוש, ר' דוד שטערן הי"ו - קידוש, ר' ברוך מאיר נידערמאן הי"ו - קידוש, ר' יואל משה ענגלענדער הי"ו - קידוש, ר' אברהם ווייזער הי"ו, אחרון: הגה"צ ר' חיים יודא לייבוש באב"ד שליט"א - ראש ישיבת תורת חסד, מפטיר: הרה"ח ר' ישראל מאיר שרייבער הי"ו, הגבה: הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', גלילה: ר' שמעון וואלף וויינבערגער הי"ו - קידוש, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל מאיר שרייבער הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דעם קידושא רבא לבת הנולדה למז"ט אצל בנו הר"ר אלעזר שליט"א, דער רב האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות מיט פיש, מען האט געזינגען קול רנה און נאך ניגוני שמחה, און הר"ר אלעזר שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד השמחה, דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א און פאר די בעלי שמחה, אויפ'ן וועג ארויס האט זיך דער רב באטייליגט ביי די קידושים און אנגעוואונטשן פאר אלע בעלי שמחה ברכות לרוב, מ'האט געענדיגט ארום 1:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא אין באגלייטונג פון פילע אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע האבן אויסגענוצט דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות אין פילצאליגע ענינים ווי מנהגים פון רבותינו הקדושים און נאך פיל, די סעודת יום שבת קודש האט דער רב געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת אמור - ביקור חיזוק בקרב קהילתינו הק' לאנדאן=
ערש"ק איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געגאנגען אינעם פריוואטע מקוה בבית האכסניא, ארום 9:05 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, בעל תפילה קבלת שבת ומעריב: הר"ר פנחס שלעזינגער שליט"א - ראש ישיבה בישיבה קטנה דמוסדותינו הק', נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת וועלכע האט זיך געצויגן פאר א לענגערע צייט.
= סעודת ליל שבת קודש =
ארום 10:50 איז דער רב אריינגעקומען אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה דמוסדותינו הק', דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש, מיט אשת חיל האט דער רב מכבד געווען הב' חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים ני"ו בן אחיו הגה"צ ר' יואל שליט"א - רב דביהמ"ד בית ברוך קרית יואל, דער רב האט געמאכט קידוש און מוציא געווען אלע בחורים, הגבהת הכוס: בנו הר"ר אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', דער רב האט זיך געוואשן, און מ'האט אויפגעגעבן די פיש, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורי חמד, און ארויסגעברענגט וואס די ישיבה גדולה יארן מיינט פאר א בחור און וואס מען קען אלץ עררייכן אין די יארן אויב מען נוצט עס אויס ווי עס דארף צו זיין, און דער רב האט ארומגערעדט בעניני תפילה וואס איז נוגע מדי יום ביומו.
מ'האט אויפגעגעבן די זופ, און דער רב האט טועם געווען מצה, מ'האט געזינגען ניגוני שבת קודש, און דערנאך האט מען אויפגעגעבן די פלייש, דער רב האט דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מענדעלע מ'רימנוב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן בעצם יום השבת - י"ט אייר.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 12:30 איז דער רב אראפגעגאנגען בהיכל הביהמ"ד צום התוועדות ליל שבת קודש, עס איז געווען פארזאמעלט א ריזן ציבור אנשי שלומינו און אויפ'ן אויבנאן האבן באשיינט פילע רבני העיר וחשובי פני העדה, מ'האט ממשיך געווען מיט ניגוני שבת, דערנאך האט דער רב געזאגט דברי תורה נאכזאגנדיג הערליכע ציצים ופרחים פון ספרים הקדושים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, און אזוי אויך עטליכע טייטשן אויפ'ן פיוט בר יוחאי.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק', מ'האט אויפגעגעבן קוגל, און דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, און דערנאך געזאגט תורה אויפ'ן פסוק 'כי את אשי השם לחם אלוקיהם הם מקריבים והיו קודש', און נאכגעזאגט דעם אור החיים הק' וואס איז מסביר דעם חילוק פון אלוקיכם און אלוקיהם, און אויסגעטיישט דעם פסוק בדרך דרוש ופלפול.
מ'האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו הק', ויהיו רחמיך: הגה"צ ר' חיים מאיר שטערנבוך שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ לאנדאן שליט"א, דער רב האט דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מענדעלע מ'רימנוב זי"ע, און מ'האט געזינגען נאך עטליכע ניגונים, ברכת המזון: הר"ר אלעזר שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
מ'האט אויפגעגעבן פירות, דער רב האט טועם געווען, און מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א מיט פירות און דערנאך פארטיילט פאר'ן ציבור, מ'האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שלום זכר לבן הנולד אצל ר' אברהם ווייזער הי"ו בן הר"ר הערשל שליט"א כותב החידושי תורה של הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט טועם געווען און פארטיילט פאר די בעלי שמחה, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', מ'האט געענדיגט ארום 2:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא.
🌴 בצל מורינו 🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבה לטובת ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה נעכטן מוצ"ש אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא הי"ו. ~🌴~
🌴בצל מורינו 🌴 נאך בילדער: מעמד הדלקה רבתי במעמד אלפי אנ"ש פון איבער גרעיטער אייראפע ביים שטח הגדול נעבן ביהמ"ד הגדול אין לאנדאן, בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א. ~🌴~