🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ג׳ סיוון תשפ״ה · May 30, 2025 · 7:11 PM
#1560
🌴 בצל מורינו 🌴
= מיטוואך פרשת במדבר - ר"ח סיון =

ארום 8:45 אינדערפרי איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וועלכע געפינט זיך אין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 9:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, און ביים ליינען עולה געווען רביעי,
נאכ'ן דאווענען ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

דערנאך האט זיך דער רב אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א, וועלכע געפונט זיך אין בלומינבערג,
דער רב איז ארומגעגאנגען אינעם היכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א שטיק צייט, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.

שפעטער נאכמיטאג ארום 4:30 איז דער רב אנגעקומען אינעם אוטוסוויל תפיסה צו באזוכן די היימישע אידן וועלכע זיצן דארט,
דער רב איז אריין אינעם ביהמ"ד אינעם טורמע, און באגריסט דעם ציבור און ארומגערעדט מיט יעדעם באזונדער, און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי חיזוק פאר די יושבי חושך וצלמות,
און דערנאך געדאווענט תפילת מנחה דארט אין ביהמ"ד,
נאך מנחה איז דער רב אריין אינעם צעל פון אחד מאנשי שלומינו און א לענגערע צייט ארומגערעדט מיט אים בדברי חיזוק, און דערנאך פארלאזט דעם טורמע אויפן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

ארום 8:25 פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען קיין וויליאמסבורג,
דער רב איז ארויף אין שטוב פון הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א לרגל שמחת סיום הש"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הר"ר משה אפרים שליט"א ובני משפחתו.

דערנאך איז דער רב ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו וואו עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם יודא הי"ו,
דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר ר' אברהם יודא ובני משפחתו.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל בריב"א שטערן הי"ו און מוה"ר חיים וואלף קרויס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך איז דער רב אריבער צו די זאל פון קאנטינענטאל וואו עס איז פארגעקומען די שמחת סיום הש"ס דורך הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' משה יודא ובני משפחתו.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל אברהם ווייס הי"ו און מוה"ר בערל לעווי הי"ו בן הרבני החסיד ר' חיים לעווי הי"ו - וויען עסטרייך, אין די זאל פון לומיר,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 125