🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת במדבר =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ט ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך אויפגעהאלטן במשכ'ן טאג.
ארום 8:00 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואו דער רב האט געפראוועט א מסיבת הכנה ליום טוב שבועות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן ליכט לע"נ זקינו בעל אהבת ישראל מ'וויזניץ זי"ע.
נאך מנחה איז פארגעקומען די מסיבה,
מען האט געזינגען פילע ניגונים,
דער רב האט משמיע געווען א דרשה און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ואשא אתכם על כנפי נשרים ואביא אתכם אלי', און ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברי הכנה ליום טוב שבועות הממשמש ובא,
דער רב האט ארויסגעברענגט צווישן אנדערע די וויכטיגקייט פון מתפלל זיין אין דעם גרויסן טאג און וויפיל מ'קען אלץ אויס'פועל'ן, און מען דארף זעהן איינצורייסן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צו גרויסע מדריגות, די השפעות רוחניות פון א גאנצע יאר ליגט אין דעם טאג, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
מ'האט געענדיגט ארום 9:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.
אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ב"ר שמשון שווארץ הי"ו און מוה"ר חיים דוד קרויס הי"ו אין די זאלן פון פרדס יואל.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.
א גוטע שבת.
~🌴~

👁 104