🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ד אייר תשפ״ה · May 22, 2025 · 3:57 PM
#1533
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת בה"ב =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ו ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 3:45 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד, נאכ'ן לערנען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
ארום 6:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 7:00 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

דערנאך איז דער רב געווען אויף א כתיבת האותיות בבית הרה"ח ר' חיים צבי מויזקאפף הי"ו אויף די ספר תורה וואס ער געט אריין דעם קומענדיגן שבת קודש אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק',
דער רב האט אריינגעשריבן אן אות, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נדבן ובני משפחתו.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אשר אנשיל יאזשעף הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו און מוה"ר יואל ב"ר שלמה זאב שעהנפעלד הי"ו אין די זאל פון אולם פרענקל, דער רב האט געליינט תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מאיר הערש גליק הי"ו און מוה"ר אברהם מענדל ווערטהיימער הי"ו אין די זאל פון לומינענס, דער רב האט געליינט תנאים,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר זלמן לייב שווארץ הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר חיים משה ווייסמאן הי"ו אין די זאל פון אפעל גארדענס.

ביים שמחת התנאים פון די מחותנים הגה"צ אב"ד נייטרא וויליאמסבורג שליט"א בן הגה"צ אב"ד אייזנשטאט שליט"א וחתן הגה"צ צבי יששכר דוב כ"ץ זצ"ל אב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג, און הרב ר' נחום אלישע הורוויץ שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה בן הגה"צ ר' נפתלי צבי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן וחתן הגאון הגדול גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, אין די זאלן פון עדן לאנדא,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית המדרש בנין געלבשטיין דקהילתינו הק'.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 188