🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת במדבר =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ח ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 7:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם אלטן בנין פון ישיבה לצעירים וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת התחזקות אינאיינעם מיט די בחורי חמד חברי חבורת קדושת יום טוב וואס שטייט בראשות דעם רב שליט"א וועלכע כשמו כן הוא לייגן די בחורים אריין כוחות זיך צוצוגרייטן צו די ימים טובים מיט א הכנה דרבה,
ביים אנקומען איז דער רב צום ערשט אריין בחדרו הפרטי פאר עטליכע מינוט,
ארום 7:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום מסיבה, מ'האט געזינגען פילע ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני תורה, און נאך,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די חברי החבורה און די רמ"י ישיבותינו הקדושות וועלכע זענען געווען אנוועזנד.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, און זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון קבלת התורה אין פרשת משפטים,
דער רב האט ארויסגעברענגט די מעלה פון דעם חבורה ווי בחורים האלטן זיך צוזאמען בכח הרבים, און ארויסגעברענגט אז די ציהל פון די חבורה איז לעת עתה נוגע מער בעפאר א יו"ט, און העלפט ארויס אז די בחורים זאלן שפירן א טעם אין א יו"ט און מאכן די ריכטיגע הכנה, און געזאגט אז במשך הזמן וועט מען אי"ה מער אויסשפרייטן די חבורה אויך אויף אנדערע זמנים.
דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די יו"ט שבועות וואס האט די גאנצע ימי הספירה אלץ א הכנה, ווייל אינעם יו"ט וואס דער אויבערשטער האט אונז אויפגעהויבן און מיר זענען געווארן דעם עם הנבחר וויל דער אויבערשטער ווייזן אז די שליסל צו אלעם איז די הכנה דרבה פון פאראויס, און מאריך געווען בגודל קדושת חג השבועות וואס דעמאלטס באקומען אידן די כוחות צו שטיין פעלזן פעסט קעגן דעם יצר הרע, און ארומגערעדט איבערן כח התפילה, ווי שטארק יעדע תפילה פון אים טוט אויף אויבן אין הימל, און אז מ'קען זיך אויסבעטן לאו דווקא ביי אהבה רבה, און מ'דארף בעטן און איינרייסן צו זיין אן ערליכן איד, א תלמיד חכם, דינען דעם אויבערשטן, ועוד.
דער רב האט אויפגעפאדערט דריי נקודות אויף וואס מען זאל ארבעטן לקראת יו"ט שבועות הבעל"ט, און נאך שבועות וועט אי"ה פארקומען א סעודת שבת אינאיינעם מיט די חברי החבורה וואס האבן איינגעהאלטן די קבלות טובות,
א - אין די דריי טעג פאר שבועות וואס ס'איז נישט דא קיין ישיבה זאל מען לערנען סך הכל זיבן שעה לכל הפחות, וכל המוסיף מוסיפין לו,
ב - מען זאל אדורכלערנען דעם אור החיים הק' אין פרשת יתרו וואס פלאמט אויף דעם הארץ,
ג - מען זאל נישט אויסרעדן פון ברכו ביז נאך כתר וואס אמאל פלעגט עס זיין א דבר פשוט אבער היינט איז עס שוואכער געווארן.
און דער רב האט ממשיך געווען דברי חיזוק מען זאל שטיין מיט א שטארקייט און נישט ווערן צובראכן, די אלע צובראכנקייט איז עצת היצר, התעוררות ביים דאווענען קומט אמאל פון זיך אליינס און אמאל נישט, אז מ'האט נישט געוויינט ביי אהבה רבה מיינט נישט אז מ'האט נישט געדאווענט, און קען זיין אז טאקע דאס דארף דער אויבערשטער די צובראכנקייט וואס מ'האט דערביי,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מען זאל קענען לערנען און געדענקען, און עס קענען אויספירן אויף למעשה, דער אויבערשטער זאל אריינלייגן אין אונז א קדושת יום טוב, ס'זאל אריינשייינען אין אונז א הארה, דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
מ'האט געענדיגט ארום 8:00 און דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

👁 123