דערנאך האט דער רב געזאגט תורה און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'שאו את ראש כל עדת בני ישראל לפקודיהם',
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון יום טוב שבועות, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז שבועות איז אסאך גרעסער ווי ראש השנה ווייל ראש השנה בעהט מען אויף גשמיות און שבועות אויף רוחניות, און ווי מ'זאגט נאך פון צדיקים אז 'אתה נגלית' וואס מען זאגט ראש השנה ביים דאווענען איז אויסגעבארגט פון שבועות.
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט אז יום טוב שבועות איז דער זמן מוכשר מתפלל צו זיין אויף פרנסה והרחבת הדעת, מ'קען זיך אויסבעטן אויך אויף גשמיות'דיגע צרכים, און דאס איז פשט אין די מאמר חז"ל 'הכל מודים בעצרת בעינן נמי לכם',
די סיבה דערצו איז ווייל אז מ'איז נישט מסודר מיט קיין גשמיות'דיגע ענינים האט מען נישט די קאפ אויפ'ן פלאץ צו קענען שטייגן ברוחניות, און דערביי דערציילט א מעשה פון די רבי ז"ל האט אמאל פאר שחרית געבעטן צוויי אידן זיי זאלן אים ארויסהעלפן מיט זיינע חובות פון יטב לב ווייל ער קען נישט אזוי דאווענען,
אבער פארשטייט זיך אז מען דארף געדענקען אז דער ציהל איז אנקומען צום רוחניות, מ'זאל נישט בלייבן ביי די גשמיות, די גאנצע גשמיות איז נאר אז מ'זאל קענען דינען דעם אויבערשטן ווי עס דארף צו זיין,
מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט די ווערטער אין אהבה רבה װאו מ'בעהט ערשט אויף חוקי חיים וואס חק איז לישנא דמזוני, וואס דאס ווייזט אז מ'דארף צום ערשט מתפלל זיין אויף גשמיות, און הערשט נאכדעם בעהט מען אויף תורה און אלע רוחניות'דיגע ענינים, און דער רב צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו,
קל מסתתר: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - אב"ד דקהילתינו הק' לינדען.
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
~🌴~

👁 151