🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · א׳ סיוון תשפ״ה · May 28, 2025 · 9:11 PM
#1535
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת בהר בחוקותי =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ו ע"ב - ל"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

שפעטער נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין די קארנוואל געגנט ביים שטח פונעם נייעם בנין פאר די ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה, וואס האלט אינמיטן די העפטיגע בוי פאזעס און איז ערווארטעט צו זיין פערטיג כלול בהדרו דעם קומענדיגן חודש תמוז הבעל"ט,
דער רב האט זיך אויפגעהאלטן אויפ'ן פלאץ פאר א לענגערע צייט און ארומגעגאנגען אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף אלע חלקים אינעם גאנצן מלאכת הבנוי', ספעציעל אויפ'ן פלאץ וואו עס גײט ווערן אויפגעבויעט א הערליכע מקוה פאר די תלמידי הישיבה וואס לויט די פלענער װעט פארקומען א מעמד יציקת הבורות דעם קומענדיגן וואך, דער רב האט איבערגעקוקט דעם גאנצן מקום המקוה זיכער צו מאכן אז אלעס איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן על פי הלכה און אנגעגעבן עטליכע הוראות אויף ווייטער,
דער רב איז איבערגעגאנגען די דעטאלן פונעם יציקת הבורות און אויסגעארבעט די ענדגילטיגע פלענער, באזונדער האט זיך דער רב נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים אינערהאלב דעם גאנצן בנין זיכער צו מאכן אז אלעס איז אויסגעשטעלט לטובת די תלמידי הישיבה, און נאך,
דער רב האט זיך באדאנקט און ארויסגעוויזן אנערקענונג פאר די בוי ארבעטער וואס מאכן גאר א גוטע ארבעט ביז אהער און אנגעוואונטשן הצלחה אויף ווייטער, אזוי אויך האט זיך דער רב גאר ווארעם באדאנקט פאר די הנהלת הישיבה וואס לייגט אריין געוואלדיגע כוחות אז אלעס זאל צושטאנד קומען על צד היותר טוב,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם שטח הבנין אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל פנחס זיכערמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם מאיר פריעדמאן הי"ו וואס איז פארגעקומען אינאיינעם מיט א סיום הש"ס דורך מוה"ר יוסף ב"ר דוד ארי' יאקאב הי"ו אין די זאל פון הדר ריזל,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר ארי' לייב ווידער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ישראל אברהם יצחק לעפקאוויטש הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית זקינו הרה"ח ר' פנחס לוי שטיינמעטץ הי"ו.

דערנאך ארום 9:45 האט דער געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
און דערנאך זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - מנהל מחנה רב טוב, און מוה"ר יעקב שטערן הי"ו אין די זאל פון עטרת אסתר.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 128