🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ב׳ שבט תשפ״ה · Jan 31, 2025 · 12:22 PM
#637
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת בא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ז ע"ב - פ"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:30.

ארום 5:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' מאנסי, בן הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי"ו - וויען, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל בלוזנשטיין הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אהלי פרידא.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין ווילאמסבורג,
דער רב האט געליינט תנאים ביים שמחת התנאים פון די מחותנים מוה"ר יעקב לאנדא הי"ו - מנכ"ל מוסדותינו הק' ב"פ, און מוה"ר משה דוד גוטמאן הי"ו, אין די זאל פון כתר צבי,
אזוי אויך ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף ישמח משה ק"י, און מוה"ר אברהם לעווי הי"ו, אין די זאל פון אפריון קראסנא.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יושע הערש גאלדבערגער הי"ו - חבר הנהלת ישיבה קטנה דרך התורה, עב"ג הכלה בת מוה"ר גדלי' פאלקאוויטש הי"ו, אין די זאל פון גינת קליין,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל.
~🌴~
👁 85
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט טבת תשפ״ה · Jan 29, 2025 · 7:43 PM
#636
🌴בצל מורינו🌴

דעם קומענדיגן מוצש"ק פרשת בא וועט געפראוועט ווערן דעם 'סיום מסכת גיטין והתחלת מסכת קידושין' געלערנט געווארן דורך הונדערטער אנשי שלומינו תושבי עיר ווילאמסבורג און בארא פארק אין ראם פון חבורת 'יסודי התורה' דקהלתינו הק',
די מעמד וועט פארקומען ברוב עם הדרת מלך אין די זאל פון אימפעריעל אין ווילאמסבורג בראשות כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וואו די רב שליט"א וועט אויפטרעטן מיט'ן 'משא המעמד' לכבוד התורה ולומדיה ודברי חיזוק והתעלות.

"שישו ושמחו בשמחת התורה"
~🌴~
👁 90
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט טבת תשפ״ה · Jan 29, 2025 · 2:23 AM
#635
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת בא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ז ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחור, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רב האט געבעטן פון די בר מצוה בחור זיך אונטערצונעמען נישט צו רעדן מיט קיין תפילין,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בר מצוה בחור און פאר די טאטע.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
ביים סוף פונעם פארמיטאג סדר זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן מזל טוב לרגל הולדת נכדו למז"ט,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

פארנאכטס ארום 5:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן רבינו תם אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.


ארום 8:45 אויפדערנאכט איז געקומען אויף א באזוך בביתו פונעם רב כ"ק אדמו"ר מסקולען וומ"ס שליט"א איינצולאדענען צום שמחת החתונה פון בנו החתן וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן מיטוואך בשלח אין מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס,
דער רב האט מכבד געווען סקולענע רבי שליט"א מיט לחיים און דערנאך ארויסבאגלייט.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 83
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט טבת תשפ״ה · Jan 29, 2025 · 1:49 AM
#634
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת בא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ז ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף באר התורה בהנהלת הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידים,
דער רב האט אנגעהויבן אז די וואך ליינט מען די קריאה די פרשה פון יציאת מצרים, ממילא איז יעצט דער זמן יעדעם ארויסצונעמען פון זיין מצרית און מצר,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די כח פונעם יצר הרע וואס מאכט זינדיגן אידישע קינדער, און ארויסגעברענגט אז עס טאר נישט געפעלן די יצה"ר, און עס אריינגעטייטשט אינעם פסוק "לא יראה לך חמץ", יראה איז א לשון נראין, און חמץ מיינט מען דעם יצה"ר,
אזוי אויך האט דער רב ארויסגעברענגט אז דער יצר הרע האט א כח אין הימל, און ממילא נאר מיט'ן כח התורה קען מען פארטרייבן דעם יצה"ר, אזויווי ס'שטייט אין חז"ל "בראתי יצה"ר בראתי תורה תבלין כנגדו", און ממילא זאל מען זעהן אויסצונוצן די צייט ללמוד וללמד און זיך אריינווארפן אין די תורה.

באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם גרויסע ענין פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען פאר'ן דאווענען, בכלל וואס פאר א גרויסע כח ס'האט און אז מ'האט ביי אונז געלייגט א שטארקע דגוש אויף דעם, ובפרט אין די ימי השובבי"ם וואס ס'איז מורא'דיג מסוגל צו פאררעכטן אויף אלעס וואס מ'האט פוגם געווען,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל קענען גוט אויסנוצן די צייט, און אויפטוהן וואס מ'דארף אויפטוהן, און צוקומען צו א תשובה שלימה.

ארום 6:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

ארום 8:45 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור בן הר"ר מענדל וואלף שטערן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה, און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו, אין די זאלן פון מנוחה ושמחה.

אזוי אויך איז דער רב געווען אויף ניחום אבלים ביי משפחת לאקס וואס זיצן שבעה ע"פ האה"ח ע"ה אשת מוה"ר יואל לאקס הי"ו, דער רב איז א לענגערע צייט געזיצן און מחזק געווען די יתומים, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 94
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח טבת תשפ״ה · Jan 28, 2025 · 4:55 PM
#632
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים דרשת התעוררות לרגל ימי השובבי"ם בהיכל ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס נעכטן מאנטאג נאכמיטאג.
~🌴~
👁 104
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח טבת תשפ״ה · Jan 28, 2025 · 11:35 AM
#627
🌴בצל מורינו🌴
=דינסטאג פרשת בא =


"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א ולהגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לרגל הולדת נכדם, בן הנולד אצל בנו/נכדו הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א,
חתן הגה"צ ר' מנחם צבי כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג בן כ"ק אדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א וחתן הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א.

~🌴~
👁 92
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז טבת תשפ״ה · Jan 27, 2025 · 11:07 PM
#626
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת בא =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג,
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל בר"א ניישטאדט הי"ו, און פאר הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל ווערצבערגער הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די בר מצוה בחורים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רב האט געבעטן פון די בר מצוה בחורים זיך אונטערצונעמען נישט צו רעדן מיט קיין תפילין,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בחורים און פאר די טאטע'ס.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ו ע"א - פ"ז ע"א.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:30 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר מיכל וויינגארטן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ישראל יעקב בראך הי"ו - ק"י, און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל בר"א ניישטאדט הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יעקב דוד וואגשאהל הי"ו, אין די זאלן פון מנוחה ושמחה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 91
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז טבת תשפ״ה · Jan 27, 2025 · 9:55 PM
#625
= רעוא דרעוין =

ארום 5:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר שמחה זימל רעטעק הי"ו,
הוצאה והכנסה: ב"ר הערשל ווייס הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברון שליט"א,
שלישי: מוה"ר אברהם מייער הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אויפפלאמענדיג די הערצער פון אידישע קינדער לאבינו שבשמים אין די יעצטיגע וואכן פון די ימי השובבי"ם,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב', און ארויסגעברענגט אז ווען מען איז אראפגעגאנגען קיין מצרים האבן די מצריים געמאכט אז די אידן זאלן זינדיגן און פארשמירט ווערן מיט עוונות ופשעים.

דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט ליידער אן עבירה, באשאפט ער מיט דעם א מלאך וואס גייט מיט מיט'ן מענטש,
אבער דער רבי ר' זושא וואס די יארצייט געפאלט דעם וואך האט געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין גאנצע מלאך פון אן עבירה פון א איד, ווייל א איד איז מורא'דיג צובראכן נאכ'ן טוהן אן עבירה.
און אזוי אויך ארויסגעברענגט אז מען קען אלע תשובה טוהן אפי' חס ושלום מען האט געזינדיגט איינמאל נאכ'ן צווייטן.

דער רב האט נאכגעזאגט פונעם רבי'ן ז"ל אז טומאת מצרים איז נישט צוגעקומען צו טומאת אמעריקע, היינט איז אסאך ערגער, און מ'דארף זיך זעהן צו האלטן אין די שווערע טעג ביז משיח וועט קומען.

און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מען וועט זוכה זיין צו תשובה שלימה, דער אויבערשטער וועט זיכער משפיע זיין כל מיני ישועות טובות ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צום גרויסן אמת'ן ישועה, ס'זאל זיין התרוממות קרן התורה בישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו, בב"א.

ידיד נפש: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאכ'ן בענטשן האט דער רב געזאגט די שבע ברכות.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 92
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז טבת תשפ״ה · Jan 27, 2025 · 9:55 PM
#624
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת וארא - מבה"ח שבט =

ערב שבת קודש ארום 4:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית המדרש בית מנחם צבי דקהילתינו הק', דער רב האט געזאגט שיר השירים און תהילים,
ארום 5:35 האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה.

פאר קבלת שבת האט דער רב משמיע געווען א דרשה,
דער רב האט ארומגערעדט בגודל קדושת שבת קודש און נאכגעזאגט פונעם רבי'ן ז"ל אז ווען מ'רעדט צו א מענטש שבת, קען מען זאגן אפילו זאכן וואס ער וואלט נישט געהערט א גאנצע וואך,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'איז דא מענטשן וואס שבת איז זיי א געשמאק, און ס'איז דא וואס שבת איז ביי זיי איסורים,
דער רב האט עס מסביר געווען מיט א משל פון אן עראפלאן און אזוי אויך ביים דרייוון, וואס ס'איז דא געוויסע זאכן וואס מ'מעג נישט טוהן, אבער מיט דעם אלעם ווילן מענטשן פארן דערמיט ווייל אזוי קומט מען אן צום ציהל, די זעלבע זאך שבת קודש איז דא זאכן וואס מען טאר נישט טוהן, אבער דאס איז כדי צוצוקומען צו א ציהל, מ'ווערט העכער און דערהויבן דורכדעם.

אזוי אויך האט דער רב ארויסגעברענגט אז ביי עראפלאן ווען מען וואלט נישט פארקויפט די טיקעטס פון פאראויס, וואלט ווען יעדער דארט געווען פרי צו באקומען א בעסערע פלאץ,
שבת קודש ווער ס'קומט פריער, איז זוכה צו גרעסערע השפעות, ממילא זאל מען זעהן אנצוקומען צייטליך צום שבת, זיין צייטליך ביים דאווענען און מיטהאלטן פון אנפאנג,
דער רב האט צווישן אנדערע געזאגט אז אין זוהר הקדוש שטייט א סגולה אז מ'זאגט אמן ווערט מען געהאלפן מיט אלעם, כאטשיג שבת קודש ווען מ'יאגט זיך נישט צו די ארבעט זאל מען זעהן צו זיין ביי ברכות, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 7:15 און דער רב איז אהיים לביתו.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת און ניגונים פונעם בעל התניא וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם וואך,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען: הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק',
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק הבעל התניא זי"ע וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג וארא - כ"ד טבת,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'וארא אל אברהם וגו' ושמי השם לא נודעתי להם' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
מיט קה אכסוף האט דער רב מכבד געווען: הרה"ג ר' יחזקאל היילברון שליט"א - מו"ץ,
ברכת המזון: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק המהר"ם שיק זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן דאנערשטאג - ר"ח שבט.

מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' יודא לייב ווייס הי"ו,
שחרית: ר' יושע פרענקל הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר אברהם מייער הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו,
שלישי: החתן אליעזר דוד ב"ר נחמן שלאגער ני"ו,
רביעי: הרה"ח ר' חיים יושע פריינד הי"ו,
חמישי: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו ,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הר"ר אשר אנשיל שעהר שליט"א,
אחרון: מוה"ר נחמן שלאגער הי"ו,
הגבה: מוה"ר מאיר מנחם בראך הי"ו,
נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרױס התעוררות,
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 82
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ו טבת תשפ״ה · Jan 26, 2025 · 4:49 PM
#622
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד קביעות מזוזה פאר'ן נייעם הויפטקווארטיר פאר 'חסדי חיים - נועם אלימלך' פארגאנגענעם מיטוואך אויפדערנאכט אין ווילאמסבורג.
~🌴~
👁 81
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ד טבת תשפ״ה · Jan 24, 2025 · 12:12 PM
#620
🌴בצל מורינו🌴
= זמנים לשבת קודש פרשת וארא =

זמן הדלה"נ: 4:49
סו"ז קרי"ש: 9:04
זמן מוצש"ק: 6:17

מנחה ערש"ק: 5:35 בבית המדרש בית מנחם צבי דקהילתינו הק',
דער רב וועט אויפטרערן פאר קבלת שבת בדברי התחזקות להרים כח התורה והתפילה בבית מדרשינו.

התוועדות ליל שב"ק: 9:30 בהיכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול.

שחרית שב"ק בבוקר: 9:30

מנחה ושל"ס: 5:45

א גוט שבת.
~🌴~
👁 382
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ד טבת תשפ״ה · Jan 24, 2025 · 1:35 AM
#619
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת וארא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 10:30.

פארנאכטס ארום 5:40 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת, און דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה.

דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל', און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה, ובפרט יעצט אין די ימי השובבי"ם, און אויפגעפאדערט די תלמידי הישיבה אז אפילו אינדרויסן פון די ישיבה ווענט דארף מען זעהן אויסצונוצן די צייט מיט לימוד התורה,
דער רב האט שטארק ארומגערעדט איבער קדושת שבת, און ארויסגעברענגט עטליכע נקודות אויף למעשה וויאזוי מ'דארף צוגיין צו א שבת קודש,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די ימי השובבי"ם וואס איז ספעציעל געמאכט פאר תשובה ותיקון המעשים,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען אלע בחורים אריבער זאגן גוט שבת, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 6:55 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די טשעסטער געגנט אין קרית יואל,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאך מעריב ארום 7:15 איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
צום ערשט האט דער רב מכבד געווען עטליכע תלמידי הישיבה צו זאגן א דבר תורה,
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער עניני יציאת מצרים, און ארויסגעברענגט אז א יעדע איד דארף באמת פילן און מיטלעבן די יציאת מצרים און עס דערמאנען יעדן טאג,
אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט איבער שמחה של מצוה, ארויסברענגענדיג אז א יעדע מצוה וואס א איד טוט דארף קומען מיט א שמחה, און דורך שמחה קען מען שפירן אן אמת'ע טעם אין די מצוה,
דער רב האט אויסגעשמועסט דאס באדייט פון די נאמען וואס די ישיבה טראגט 'שביל התורה', און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 7:50 אויפ'ן וועג אהיים קיין ווילאמסבורג.

אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 105
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ד טבת תשפ״ה · Jan 24, 2025 · 1:35 AM
#618
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת וארא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ה ע"א - פ"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:00.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' חיים לייב וואלטער הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - רב ביהמ"ד ברך משה וראה"כ וומ"ס, עב"ג בת אחיו הרה"ח ר' חיים אלי צוויבל הי"ו אין די זאל פון כינור דוד.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 84
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ד טבת תשפ״ה · Jan 24, 2025 · 1:34 AM
#617
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת וארא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ד ע"ב - פ"ה ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הבחור הבר מצוה ב"ר משה בראך הי"ו.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רב האט ארומגערעדט בעניני קדושת התפילין און געבעטן דעם בר מצוה זיך אונטערצונעמען נישט צו רעדן מיט קיין תפילין, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור און פאר'ן טאטן,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:45.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' נחמן שלאגער הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' אברהם מאיער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.

שפעטער ביינאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וומ"ס.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 79
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ׳ טבת תשפ״ה · Jan 20, 2025 · 4:39 PM
#615
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וארא =

מוצאי שבת קודש האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל בישיבה קטנה סניף מבצר התורה וואס איז פארגעקומען אינעם בנין הישיבה לכבוד המנהל אינאיינעם מיט אלע תלמידי ורמ"י הישיבה.

היינט ארום 8:15 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף בשבילי התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 12:00 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ד ע"א - פ"ה ע"ב.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:30 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' יעקב משה שווארץ הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' אהרן כ"ץ הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 92
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ׳ טבת תשפ״ה · Jan 20, 2025 · 1:07 AM
#614
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת שמות =

ארום 5:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה ערב שבת קודש,
פאר קבלת שבת איז פארגעקומען דער אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 7:15 און דער רב איז אהיים לביתו.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:40 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק הארי' דבי עילאי זי"ע וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג פרשת שמות - י"ז טבת,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק בפרשת השבוע 'הבה נתחכמה לו פן ירבה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
מיט קה אכסוף האט דער רב מכבד געווען: הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה,
ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו,
ברכת המזון: נכדו הבה"ח זלמן לייב גלאנץ ני"ו,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק הבני יששכר זי"ע וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת - י"ח טבת.

מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו - ק"י,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו,
בעל תפילה שחרית: הרה"ח ר' יואל אלי' גליק הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
שלישי: הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו,
רביעי: החתן אברהם ברי"י קליין הי"ו,
חמישי: החתן דוד לייב ברמ"י שפיטצער הי"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הר"ר מאיר ישראל שפיטצער שליט"א - ר"י שער המלך,
מפטיר: הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו,
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רב איז אהיים לביתו.

= רעוא דרעוין =

ארום 5:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגן הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אויפפלאמענדיג די הערצער פון אידישע קינדער לאבינו שבשמים אין די יעצטיגע וואכן פון די ימי השובבי"ם,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ויאמר אל עמו הנה עם בני ישראל רב ועצום ממנו, הבה נתחכמה לו פן ירבה וגו' ונלחם בנו ועלה מן הארץ', און ארומגערעדט לענגערע דברי התעוררות לרגל די ימי השובבי"ם, ארויסברענגענדיג אז אין די גרויסע טעג אין וואס מ'שטייט יעצט - די ימי השובבי"ם, דארף יעדער איד ביי זיך אין הארץ מאכן א חשבון הנפש און תשובה טוהן אויף אלע עבירות וואס מ'איז ליידער אדורכגעפאלן, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב, מ'זאל קענען וויסן אויף וואס צו תשובה טוהן, ס'זאל זיין א תשובה בשלימות, מ'זאל שוין בקרוב זוכה זיין צום אמת'ן ישועה, ס'זאל זיין התרוממות קרן התורה בישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו, בב"א.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שמשון שווארץ הי"ו - ק"י,
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו - ק"י,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל היימאן הי"ו,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:15, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 94