🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז טבת תשפ״ה · Jan 27, 2025 · 9:55 PM
#625
= רעוא דרעוין =

ארום 5:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר שמחה זימל רעטעק הי"ו,
הוצאה והכנסה: ב"ר הערשל ווייס הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברון שליט"א,
שלישי: מוה"ר אברהם מייער הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אויפפלאמענדיג די הערצער פון אידישע קינדער לאבינו שבשמים אין די יעצטיגע וואכן פון די ימי השובבי"ם,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב', און ארויסגעברענגט אז ווען מען איז אראפגעגאנגען קיין מצרים האבן די מצריים געמאכט אז די אידן זאלן זינדיגן און פארשמירט ווערן מיט עוונות ופשעים.

דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט ליידער אן עבירה, באשאפט ער מיט דעם א מלאך וואס גייט מיט מיט'ן מענטש,
אבער דער רבי ר' זושא וואס די יארצייט געפאלט דעם וואך האט געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין גאנצע מלאך פון אן עבירה פון א איד, ווייל א איד איז מורא'דיג צובראכן נאכ'ן טוהן אן עבירה.
און אזוי אויך ארויסגעברענגט אז מען קען אלע תשובה טוהן אפי' חס ושלום מען האט געזינדיגט איינמאל נאכ'ן צווייטן.

דער רב האט נאכגעזאגט פונעם רבי'ן ז"ל אז טומאת מצרים איז נישט צוגעקומען צו טומאת אמעריקע, היינט איז אסאך ערגער, און מ'דארף זיך זעהן צו האלטן אין די שווערע טעג ביז משיח וועט קומען.

און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מען וועט זוכה זיין צו תשובה שלימה, דער אויבערשטער וועט זיכער משפיע זיין כל מיני ישועות טובות ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צום גרויסן אמת'ן ישועה, ס'זאל זיין התרוממות קרן התורה בישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו, בב"א.

ידיד נפש: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאכ'ן בענטשן האט דער רב געזאגט די שבע ברכות.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 92