🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ד טבת תשפ״ה · Jan 24, 2025 · 1:35 AM
#619
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת וארא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 10:30.

פארנאכטס ארום 5:40 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת, און דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה.

דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל', און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה, ובפרט יעצט אין די ימי השובבי"ם, און אויפגעפאדערט די תלמידי הישיבה אז אפילו אינדרויסן פון די ישיבה ווענט דארף מען זעהן אויסצונוצן די צייט מיט לימוד התורה,
דער רב האט שטארק ארומגערעדט איבער קדושת שבת, און ארויסגעברענגט עטליכע נקודות אויף למעשה וויאזוי מ'דארף צוגיין צו א שבת קודש,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די ימי השובבי"ם וואס איז ספעציעל געמאכט פאר תשובה ותיקון המעשים,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען אלע בחורים אריבער זאגן גוט שבת, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 6:55 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די טשעסטער געגנט אין קרית יואל,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאך מעריב ארום 7:15 איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
צום ערשט האט דער רב מכבד געווען עטליכע תלמידי הישיבה צו זאגן א דבר תורה,
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער עניני יציאת מצרים, און ארויסגעברענגט אז א יעדע איד דארף באמת פילן און מיטלעבן די יציאת מצרים און עס דערמאנען יעדן טאג,
אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט איבער שמחה של מצוה, ארויסברענגענדיג אז א יעדע מצוה וואס א איד טוט דארף קומען מיט א שמחה, און דורך שמחה קען מען שפירן אן אמת'ע טעם אין די מצוה,
דער רב האט אויסגעשמועסט דאס באדייט פון די נאמען וואס די ישיבה טראגט 'שביל התורה', און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 7:50 אויפ'ן וועג אהיים קיין ווילאמסבורג.

אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 105