ארום 9:00 אויפדערנאכט האט די פליגער פונעם רב געלאנדעט אינעם דזשעי עף קעי לופטפעלד נאכ'ן וויילן די פארגאנגענע צוויי וואכן אין פאלם ספרינגס - קאליפארניע למנוחת הנפש.
שפעטער ביינאכט האט דער רב מנחם אבל געווען משפחת קויפמאן היושב ע"פ הרה"ח ר' משה חיים קויפמאן ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וומ"ס, צווישן אנדערע ביי די חתונה החתן בן הר"ר מאיר ישראל שפיצער שליט"א - ר"י שער המלך ב"פ, עב"ג בת הרה"ח מענדל מאיר גליק הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א - אבד"ק ציעשנוב ור"י ויואל משה ב"פ וואס איז געווען אנוועזנד, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און דערנאך מכבד געווען הגה"צ מציעשנוב שליט"א צו טאנצן מיט'ן חתן.
🌴בצל מורינו🌴 = דינסטאג פרשת ויגש - אדר"ח טבת - יום ו' דחנוכה =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ח ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי, נאכ'ן ליינען איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און דערנאך געדאווענט תפילת מוסף אין חדר ג'.
ארום 1:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב האט משמיע געווען א דרשה, דער רב האט ארומגערעדט דברי דרוש ואגדה בעניני חנוכה, צום סוף האט דער רב זיך געזעגנט פון די תלמידי הישיבה לרגל דאס אפרייזן קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע אויף מנוחת הנפש.
= ליל ז' דחנוכה =
ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו אינאיינעם מיט צענדליגער בחורי חמד און אנשי שלומינו.
ארום 6:05 האט זיך דער רב געוואשן די הענט און אריינגעקומען צום זיבעטן ליכטל חנוכה, דער רב האט אריינגעגאסן די אויל אינעם מנורה און געזאגט די לשם יחוד, דערנאך האט דער רב געמאכט די ברכות בהתלהבות אש, און געצינדן די ליכט מיט א דערהויבענקייט, דערנאך האט דער רב ממשיך געווען די זמירות באופן פרטי.
ארום 8:45 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לכבוד חנוכה, מ'האט מאריך געווען בניגוני שירה וזמרה, ספעציעל האבן די ילדי תשב"ר מהנה געווען דעם ציבור מיט שיינע ניגונים.
דער רב האט משמיע געווען דברי דרוש לכבוד היום אין די סוגיא פון חנוכה, און ארומגערעדט בדברי מוסר והדרכה, און מסיים מיט ברכות לרוב.
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, מ'האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= מיטוואך פרשת ויגש - בדר"ח טבת - יום ז' דחנוכה =
אום 6:50 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית והלל אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי, נאכ'ן ליינען איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי און געלייגט תפילין דרבינו תם, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מוסף אין חדר ב'.
אין די פריע פארמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד, ארום 11:30 האט זיך די פליגער פונעם רב געהויבן אויפ'ן וועג קיין קאליפארניע.
די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אום 5:02 ניו יארק'ע זייגער, 2:02 נאכמיטאג קאליפארניע זייגער, אינעם LAX לופטפעלד אין לאס אנדזשעלעס קאליפארניע.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע וואו דער רב וועט וויילן במשך די קומענדיגע צוויי וואכן ביז דאנערשטאג פרשת שמות הבעל"ט.
דאנערשטאג פרשת ויגש אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רב מנחם אבל געווען דורכ'ן טעלעפאון משפחת היימליך וואס זיצן שבעה ע"פ האה"ח ע"ה אשת מוה"ר שלמה היימליך הי"ו.
דאנערשטאג פרשת ויחי האט דער רב מנחם אבל געווען דורכ'ן טעלעפאון חותנו הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ וואס זיצט שבעה ע"פ אחותו הרבנית מ'וויזניץ מאנסי ע"ה.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ח ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
= ליל ו' דחנוכה =
ארום 6:05 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו, דערנאך האט דער רב געפראוועט די זעקסטע לעכטל חנוכה אויף א פריוואטע פארנעם בביתו.
ארום 8:45 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לכבוד חנוכה, מ'האט מאריך בניגוני שירה וזמרה, ספעציעל האבן די ילדי תשב"ר מהנה געווען דעם ציבור מיט שיינע ניגונים.
דער רב האט משמיע געווען דברי דרוש לכבוד היום אין די סוגיא פון חנוכה, און דערנאך ארומגערעדט בדברי מוסר והדרכה, צווישן אנדערע האט דער רב ארומגערעדט איבער שמירת עינים, און ארויסגעברענגט אז חנוכה איז ספעציעל מיוחד צו היטן די אויגן, און ס'איז א מורא'דיגע געלעגנהייט צו ארבעטן דערויף, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, מ'האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
ארום 12:00 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ו ע"א - ע"ז ע"ב.
נאכ'ן שיעור האט דער רב אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד חנוכה, וואו דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד היום.
ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו אינאיינעם מיט צענדליגער בחורי חמד און אנשי שלומינו.
ארום 6:05 האט זיך דער רב געוואשן די הענט און אריינגעקומען צום פיפטע ליכטל חנוכה, דער רב האט אריינגעגאסן די אויל אינעם מנורה און געזאגט די לשם יחוד, דערנאך האט דער רב געמאכט די ברכות בהתלהבות אש, און געצינדן די ליכט מיט א דערהויבענקייט, דערנאך האט דער רב ממשיך געווען די זמירות באופן פרטי.
מטעם קהלתינו הק' ווערט געמאלדן אז כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פון דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת ויגש ביז דאנערשטאג פרשת שמות הבעל"ט אין פאלם ספרינגס קאליפארניע.
ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ז ע"ב - ע"ח ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
🌴בצל מורינו🌴 = דאנערשטאג פרשת מקץ - יום א' דחנוכה =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ז ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש קודש, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.
ארום 11:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט משמיע געווען א דרשה לכבוד יום טוב חנוכה, דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם גרויסן געלעגנהייט וואס מ'האט חנוכה ביים צינדן די ליכט, מתפלל צו זיין און זיך אויסבעטן אויף ערליכע קינדער, און אזויווי מען זאגט טאקע ביים לשם יחוד פאר'ן צינדן, דער רב האט צוגעלייגט אז באמת קען מען מתפלל זיין א גאנץ יאר נישט נאר חנוכה, אבער חנוכה איז ספעציעל מסוגל פאר דעם, און מ'דארף זיכער מאכן נישט אדורכצולאזן דעם זמן.
דערנאך האט דער רב מעורר געווען די בחורים אז אזויווי אין די טעג פון חנוכה איז נישט דא קיין לימוד פארטאגס אינעם סדר הישיבה, דארף יעדע בחור פאר זיך אליינס זעהן צו לערנען פאר'ן דאווענען, און אויסגעפירט אז "גיין אין מקוה פאר'ן צינדן די נרות חנוכה האט נישט קיין שום מקור אין הלכה, עס איז א חסיד'ישע ענין, אבער לערנען פאר'ן דאווענען האט יא א מקור".
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מען זאל שוין זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו מיט'ן טאטע זז"ג בראש בב"א.
נאכ'ן דרשה איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 12:15.
= ליל ב' דחנוכה =
ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו אינאיינעם מיט צענדליגער בחורי חמד און אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט מיטצוהאלטן די דערהויבענע חנוכה ליכט צינדן.
ארום 6:05 האט זיך דער רב געוואשן די הענט און אריינגעקומען צום צווייטן ליכטל חנוכה, דער רב האט אריינגעגאסן די אויל אינעם מנורה און געזאגט די לשם יחוד, דערנאך האט דער רב געמאכט די ברכות בהתלהבות אש, און געצינדן די ליכט מיט א דערהויבענקייט, דערנאך האט דער רב ממשיך געווען די זמירות באופן פרטי.
שפעטער אויפדערנאכט ארום 9:45 איז דער רב אנגעקומען לבית מדרשינו הגדול וואו אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געצינדן די חנוכה ליכט און משמיע געווען דרוש ופלפול ודברי הדרכה, במעמד אלפי אנשי שלומינו, מ'האט געענדיגט ארום 11:10. ~🌴~
ארום 6:00 אויפדערנאכט איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א.
ארום 7:50 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו ישיבה קטנה סניף דרך התורה וואו דער רב האט געצינדן די נרות חנוכה, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבה לכבוד חנוכה, עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א און די תלמידי ישיבה קטנה סניף בשבילי התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א, אזוי אויך פילע יוצאי תלמידי ישיבת דרך התורה פון די פארגאנגענע יאר, און נאך פילע אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די דערהויבענע חנוכה ליכט צינדן.
ביים אנקומען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און געזאגט די לשם יחוד, ארום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום ערשטן לעכטל חנוכה, דער רב האט אנגעהויבן לעשות רצונך און ויהי נועם, דער רב האט אריינגעגאסן די אויל אינעם מנורה, געמאכט די ברכות מיט א התלהבת אש, און דערנאך געצינדן די ליכט מיט א דערהויבענקייט, און געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים, נאכ'ן פארענדיגן די זמירות האט דער רב אנגעהויבן ניגוני שמחה, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום שבת אחים, דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, מ'האט געזינגען ניגוני שבת און ניגוני תורה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דברי תורה לכבוד הזמן, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן קאפיטל אין תהלים וואס מ'זאגט ביי הלל, 'פה להם ולא ידברו, עינים להם ולא יראו, אזנים להם ולא ישמעו, אף להם ולא יריחון, ידיהם ולא ימישון, רגליהם ולא יהלכו, לא יהגו בגרונם', און ארויסגעברענגט אז יעדע חלק גייט ארויף אויף אן אנדערן יום טוב, צ.ב. 'אזנים להם ולא ישמעו' גייט ארויף אויף מתן תורה, אז אפי' די גוים האבן אויערן, האבן זיי נישט געהערט דעם 'אנכי השם אלוקיך', און נישט צוגעהערט דעם אויבערשטנס בקשה מקבל צו זיין די תורה, און אזוי ווייטער יעדע שטיקל גייט ארויף אויף א געוויסע יום טוב, יום טוב חנוכה איז בעיקר געבויעט אויף צוויי חלקים, אויף די עינים מיט וואס מ'קוקט אויף די חנוכה ליכט, און אויף די פה מיט וואס מ'זינגט די זמירות חנוכה, דעריבער איז חנוכה זייער א מסוגל'דיגע צייט צו ארבעטן אויף שמירת עינים און אויף שמירת הפה והלשון, און דער רב האט מאריך געווען אין די וויכטיגקייט און גרויסקייט דערפון.
באזונדער האט דער רב מודיע געווען אז מ'האט שוין ברוך השם היינט געענדיגט די לעצטע פאזעס פונעם אפקויפן דעם נייעם לאט פאר די ישיבות, און אי"ה בקרוב וועט מען זיך שוין קענען אריינציען דארט.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אזויווי די קומענדיגע פאר טעג וועט מען זיין אינדערהיים, דארף מען וויסן וויאזוי מ'פירט זיך אויף, מ'זאל העלפן מיט וואס מ'קען און פארשטייט זיך אויסנוצן די צייט צו לערנען, עלטערן ווילן זעהן אויף א בחור וואס מ'האט אים אויסגעלערנט אין ישיבה, אפי' א בחור לערנט זייער פלייסיג אין ישיבה, דארף מען עס אבער דערקענען אויף זיין אויפפירונג אינדערהיים, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל וויסן וויאזוי אויסצונוצן דעם גרויסן זמן פון די ימי החנוכה, און זוכה זיין צו אלע השפעות טובות.
מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רב פארטיילט חנוכה געלט פאר אלע תלמידי הישיבה, און באזונדער האט דער רב פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די מזמרים און עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט כוחות אינעם מעמד.
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:10 אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ו ע"ב - ע"ז ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:15.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשת הכנה ליום טוב חנוכה, דער רב האט ארויסגעברענגט די ענין פון א הכנה צו א מצוה, ווי גרויס און ווי חשוב ס'איז, ובפרט ביים יום טוב חנוכה, אויף אזוי ווייט אז די ברכת שהחיינו מאכט מען אויף די מצות הכנה, און דאס איז די פשט אינעם טורי זהב פארוואס ס'האט אויסגעפעלט אז ס'זאל איבערבלייבן שמן יעדע נאכט, אפי' דער אויבערשטער קען באמת אויך מאכן א נס יש מאין, כדי ס'זאל זיין א הכנה צו די מצוה פון מארגן.
דער רב האט נאכגעזאגט פון רבותינו הקדושים וואס האבן געזאגט אז די הכנה צו א מצוה איז א חלק פון די מצוה אליינס, אזויווי מ'זעהט ביי יום כיפור און נאך, און ספעציעל ביי יומי דחנוכה ווייל די צינדן נרות איז א הכנה צו די ימות המשיח, און אזוי אויך וויבאלד די עיקר פלאץ אין ביהמ"ק וואו מען טרעפט דעם ענין פון הכנה איז ביי די נרות המנורה, וואס דערפאר איז געווען טרעפ פאר'ן מנורה אז דער כהן גדול זאל זיך אפשטעלן און מאכן א הכנה צום צינדן.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז חנוכה איז מורא'דיג א מסוגל'דיגע זמן וואס א איד קען נתעלה ווערן, דער אויבערשטער קומט אריין אין אידישע הייזער און הייבט אויף יעדן איינעם, אנדערש ווי אלע אנדערע ימים טובים וואס מ'דארף זיך אליינס אויפהייבן צום אויבערשטן.
זאת חנוכה איז א סיום פון די ימים הנוראים, אין דעם זמן איז זיכער אז דער אויבערשטער איז דא צוזאמען מיט אונז, חנוכה איז א איד נאנט צום אויבערשטן אפי' אויב מען פילט עס נישט.
דער רב האט שטארק מעורר געווען די בחורים, אז חנוכה איז דער זמן מתקן צו זיין די אויגן, מויל און אויערן, אויף דעם דארף מען ארבעטן אום יום טוב חנוכה, און ס'איז א געלעגנהייט וואס מ'קען עס גרינגערהייט מתקן זיין, ווייל דאס איז די עיקר יסוד אויף וואס די יוונים האבן זיך פארלייגט און זיי האבן געוואלט מ'זאל פוגם זיין אין דעם, אזויווי מ'זעהט אז זיי האבן געמאכט א גזירה אויף חדש וואס איז ראשי תיבות ח'זון, ד'יבור, ש'מיעה, פארדעם איז געווען אזא גרויסע ענין צו קוקן אויף די חנוכה ליכט כדי מתקן צו זיין די עינים, און דעריבער האט מען מתקן געווען הלל והודאה כדי מתקן צו זיין דעם דיבור, און עס דארף זיין בקול רם כדי מתקן צו זיין דעם שמיעה, חנוכה קען אפי' א פשוט'ע מענטש אנקומען צו אלע הויכע מדריגות, און אלע ענינים וואס די ספרים הקדושים זאגן אויף צינדן חנוכה ליכט, איז געזאגט געווארן אפי' אויף די פשוט'סטע איד, און מ'טאר זיכער נישט ווערן צובראכן פון די מצב וואס מ'איז.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די התרשלות וואס קען זיך מאכן ביי בחורים אין ישיבה במשך די ימי החנוכה, חנוכה איז שוין באמת א בחינה פון סוף זמן, ווייל די כל התחלות קשות - די שווערע התחלה פון אנהייב זמן ענדיגט זיך שוין, און אויב מ'איז זיך מתרשל אין די ימי החנוכה, קען געשעהן אז מ'זאל פארלירן אלעס וואס מ'האט קונה געווען ביז יעצט, אבער אז מ'גייט נאכ'ן יצר טוב און מ'נוצט אויס דעם יום טוב חנוכה אזויווי ס'דארף צו זיין, ווערט מכאן ואילך יערב לכם, מ'קען מער אויפטוהן ווי פארדעם, און דער רב האט אויפגעפאדערט אז די בחורים זאלן טאקע מאכן א הכנה דרבה, מ'זאל לערנען חסיד'ישע ספרים, נישט פארברענגען די צייט, און אזוי וועט נאך חנוכה זיין בעסער ווי פארדעם.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די נרות חנוכה זאלן אריינשיינען אורות אז ס'זאל אונז דערהייבן, דער אויבערשטער זאל אונז קורא שם זיין עם גדול וקדוש, ס'זאל זיין ערכתי נר למשיחי, משיח וועט אודאי הנאה האבן אז אין תשפ"ה איז נאך דא א שיינע ציבור ערליכע בחורים וואס נוצן אויס די צייט אום חנוכה, דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
מ'האט געענדיגט ארום 5:25, און דער רב איז אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד הכנה לחנוכה און דערנאך ביים דרשת הכנה לחנוכה נעכטן מיטוואך ערב חנוכה נאכמיטאג פאר די הונדערטער תלמידי המתיבתא בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל. ~🌴~