🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט טבת תשפ״ה · Jan 29, 2025 · 1:49 AM
#634
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת בא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ז ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף באר התורה בהנהלת הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידים,
דער רב האט אנגעהויבן אז די וואך ליינט מען די קריאה די פרשה פון יציאת מצרים, ממילא איז יעצט דער זמן יעדעם ארויסצונעמען פון זיין מצרית און מצר,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די כח פונעם יצר הרע וואס מאכט זינדיגן אידישע קינדער, און ארויסגעברענגט אז עס טאר נישט געפעלן די יצה"ר, און עס אריינגעטייטשט אינעם פסוק "לא יראה לך חמץ", יראה איז א לשון נראין, און חמץ מיינט מען דעם יצה"ר,
אזוי אויך האט דער רב ארויסגעברענגט אז דער יצר הרע האט א כח אין הימל, און ממילא נאר מיט'ן כח התורה קען מען פארטרייבן דעם יצה"ר, אזויווי ס'שטייט אין חז"ל "בראתי יצה"ר בראתי תורה תבלין כנגדו", און ממילא זאל מען זעהן אויסצונוצן די צייט ללמוד וללמד און זיך אריינווארפן אין די תורה.

באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם גרויסע ענין פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען פאר'ן דאווענען, בכלל וואס פאר א גרויסע כח ס'האט און אז מ'האט ביי אונז געלייגט א שטארקע דגוש אויף דעם, ובפרט אין די ימי השובבי"ם וואס ס'איז מורא'דיג מסוגל צו פאררעכטן אויף אלעס וואס מ'האט פוגם געווען,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל קענען גוט אויסנוצן די צייט, און אויפטוהן וואס מ'דארף אויפטוהן, און צוקומען צו א תשובה שלימה.

ארום 6:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

ארום 8:45 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור בן הר"ר מענדל וואלף שטערן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה, און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו, אין די זאלן פון מנוחה ושמחה.

אזוי אויך איז דער רב געווען אויף ניחום אבלים ביי משפחת לאקס וואס זיצן שבעה ע"פ האה"ח ע"ה אשת מוה"ר יואל לאקס הי"ו, דער רב איז א לענגערע צייט געזיצן און מחזק געווען די יתומים, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 94