ארום 9:30 האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט מביתו אין קרית יואל נאכ'ן געהויבענעם שבת התאחדות בהיכל המתיבתא אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.
ארום 11:00 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל אין וויליאמסבורג וואו עס איז פארגעקומען דעם סיום מסכת גיטין והתחלת מסכת קידושין פאר תושבי עיר וויליאמסבורג און בארא פארק אין ראם פון חבורת יסודי התורה, מוה"ר מנחם הארטמאן הי"ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה וואו ער האט ארומגערעדט איבער די נושא פון חזרה.
דערנאך האט דער רב אויפגעטרעטן מיט'ן 'משא המעמד', צום ערשט האט דער רב ארויסגעברענגט אז מ'האלט שוין כמעט ביי חצי ש"ס, און נאכמער באמת האט מען שוין געלערנט מסכת קידושין אין ראם פון חבורת יסודי התורה, און ממילא איז קיינער דא נישט קיין "פשוט'ע איד" אזויווי איינער פון די בעלי דרשנים האבן פריער געזאגט אז די חבורה איז געמאכט געווארן פאר אונז פשוט'ע אידן.
דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח די צוויי יונגעלייט וואס האבן זיך אין די לעצטע שטיק צייט אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפן אלע פרטים און ענינים פון די חבורה, און ברוך השם אז גדלו והצליחו וגם עשו פרי, זיי האבן גאר אסאך אויפגעטוהן.
דער רב האט משלב געווען די סיום מיט די וואכעדיגע פרשה, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז מסכת גיטין ווייזט אז מ'דארף זיך אפטיילן פון די גוי'אישע גאס, אנדערש ווי פרעה האט געוואלט אז די אידן זאלן זיך אויסמישן מיט די גוים.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די יסודות פון די חבורה און ארויסגעברענגט די מעלה פון אוועקשטעלן צו לערנען א דף יעדן טאג, און די מעלה נעמען א בחינה דערויף, און צוגעלייגט אז מסכת קידושין איז א היימישע מסכתא, און ממילא איז יעצט די זמן מוכשר זיך מצרף צו זיין און נעמען די בחינות אפילו ווער ס'האט נישט גענומען די בחינות ביז היינט, די לימוד וועט זיין אן אנדערע בחינה אויב מ'וועט נעמען די בחינה דערויף.
באזונדער האט דער רב מעורר געווען אז מ'זאל אוועקלייגן דעם טעלעפאון בשעת'ן לערנען, די שעה וואס מ'לערנט במשכ'ן טאג זאל זיין מיט א גאנצקייט, נישט אז מ'זאל זיין גרייט צו ווערן געשטערט פון יעדע קלייניגקייט, און ארויסגעברענגט לשבח די קורת רוח וואס מ'האט אז פיל מאל ווען מ'פרובירט צו רופן מענטשן קענען זיי נישט צוקומען ווייל זיי האלטן אינמיטן לערנען.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז די בעסטע צייט צו לערנען דעם טעגליכן שיעור איז צופרי, פארטאגס, מ'קומט אסאך מער אן ווי ביינאכט.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל טאקע זוכה זיין מסיים צו זיין נאך מסכתות, דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
דער יו"ר הר"ר מרדכי ווייס שליט"א האט אויסגערופן אז דער רב לערנט פאר יעדן טאג צופרי דעם טעגליכן שיעור בבית מדרשינו הגדול, און אזוי אויך זונטאג א חזרה שיעור אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק', וקריאה מעורר הזמן יעצט זיך מצרף צו זיין צום רב'ס שיעורים.
דערנאך האט מוה"ר יואל העללער הי"ו געמאכט די סיום, נאכדעם האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין של מצוה בשמחה רבה אז מ'האט געהאט די זכי' מסיים צו זיין מסכת גיטין, דער רב האט אפגעראכטן ריקודי קודש בעוז ותעצומות אויפ'ן אויבנאן, דערנאך האט דער רב געטאנצן מיט די נדבנים פונעם חבורה און די נדבנים וואס האבן מנדב געווען דעם מעמד.
דערנאך איז דער גאנצער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך פאר'ן רב, מ'האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רב האט פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים 'סיום מסכת גיטין והתחלת מסכת קידושין' אין ראם פון 'חבורת יסודי התורה' דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת אין די זאל פון אימפעריעל אין ווילאמסבורג. ~🌴~
ארום 5:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הישיבה סניף ויואל משה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הב' שמואל ברש"י שטיינמעץ ני"ו - וומ"ס. ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו - ב"פ, לוי: הרה"ח ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: מוה"ר יואל הערש ליכטנשטיין הי"ו.
דערנאך האט זיך דער רב געוואשן צו של"ס, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן מיט די זמירות של"ס, דער רב האט ממשיך געווען פאר עטליכע שעה מיט פילע ניגוני התעוררות אריינברענגענדיג דעם גאנצן ציבור אין א העכערן אטמאספער.
דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה, דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים און בקול זעקה מיט בכיות עצומות האט דער רב מעורר געווען די לבבות פון אלע הונדערטער באטייליגטע, דער רב האט ארויסגעברענגט אז פון יעדע מחשבה פון א איד װערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים אויספירן דעם מחשבה, און אויב מ'האט חלילה א מחשבה פון אן עבירה, טרייבט דער מלאך אויסצופירן די עבירה, מ'ווערט פארכאפט אין די הענט פון די מלאכים און דעמאלטס איז שוין זייער ביטער, אבער דער רבי ר' זושא זאגט דאך אז ער האט נאכנישט געזעהן קיין גאנצע מלאך פון אן עבירה פון א איד, משא"כ ביי א גוי איז זייער רעה יא גאנץ, דער רב האט ארויסגעברענגט אז דער איינציגסטער וועג זיך ארויסצוזעהן פון די מלאכים איז זיך אויסצווויינען פאר'ן אויבערשטן, אויסגיסן דאס הארץ בדמעות שליש, אז מ'זאל זוכה זיין צו תשובה, און דער ישמח משה זאגט אז אויב מ'טוט תשובה מאהבה, ווערן די מלאכים איבערגעדרייט צו מליצי יושר.
דער רב האט ארומגערעדט פון די גמ' און זוהר הק' אז ס'איז דא עבירות וואס העלפט נישט קיין תשובה, דער מענטש ווערט ממש אויסגעלאשן, ער פילט נישט גארנישט, ס'איז נעשה לו כהיתר, און ארויסגעברענגט אז פרעה האט נישט פארשטאנען די כח התשובה פון א איד, אז אפילו אין אזא מצב קען א איד זיך ארויסדרייען און תשובה טוהן, און אין די וואכן איז עס טאקע גרינגער, דאס אז מ'לעבט נאך, מיינט אז ס'איז נאך דא א געלעגנהייט, מ'קען נאך תשובה טוהן, און אז א איד וויל תשובה טוהן באמת, וועט דער אויבערשטער אים צוהעלפן, הבא ליטהר מסייעין אותו.
די גאנצע ענין וואס די אידן אין מצרים זענען אריינגעפאלן אין עבירות איז ווייל פרעה האט זיי געהייסן ארומגיין זוכן תבן, און זיי זענען נכשל געווארן אין שמירת עינים, דאס איז געווען די מידה כנגד מידה די מכה פון ארבה און חושך אז די מצריים זאלן נישט זעהן גארנישט.
דער רב האט מעורר געווען אז מ'דארף זיך האלטן גאר שטארק מיט די אמונה, אפילו יעצט בעיקבתא דמשיחא ווען ס'איז דא א גרויסע הסתרת פנים, הסתר בתוך הסתר, אבער אונזערע רבי'ס האבן אונז אויסגעלערנט אז דער אויבערשטער איז אייביג דא מיט אונז.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון מסירות נפש, אז אפילו ווען מ'האט שוין פארלוירן דעם כח התפילה, אבער אויב מ'האט אינזין זיך צו לאזן הרג'ענען פאר'ן אויבערשטן, מ'איז מקבל ביי קריאת שמע די ד' מיתות בית דין, מיט דעם האבן מיר א כח מתפלל צו זיין פאר'ן אויבערשטן, דאס עפענט אויף אלע טויערן.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האט נאך דריי וואכן אין די ימי השובבי"ם, מ'קען נאך אזויפיל אויפטוהן, מ'דארף איינרייסן, בעטן דעם אויבערשטן יעצט פיל איך נאך עפעס, קען זיין אז אמאל וועל איך שוין נישט פילן, אבער באמת וויל איך נישט ווערן אריינגעשלעפט, כ'בעהט דיר היט מיר אפ, היט מיר פון שלעכטע חברים, היט מיר פונעם יצר הרע.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן אז יעדער זאל קענען צוקומען צו א ריכטיגע תשובה, און מ'זאל גיין קעגן משיח צדקינו בב"א.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר איתמר מייזליש שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה, נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מ'האט געענדיגט ארום 8:55, און דער ציבור האט ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הישיבה סניף דברי יואל צו תפילת שחרית, ברכות ופסוקי דזמרה: הב' ירוחם ברי"ל יאקאב ני"ו - י"ם, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט מיט התעוררות רב, דער רב האט פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כמנהג סיגוט.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הב' יואל הורוויץ ני"ו, בעל קורא: הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו, ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, כהן: הב' חיים ארי' ני"ו בן הרה"ג ר' מנחם צבי כהנא שליט"א - וומ"ס, לוי: הב' אלי' בר"י טירנויער ני"ו - וומ"ס, שלישי: הר"ר נתן דוב שווארץ שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', רביעי: הב' יואל טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, חמישי: הב' יצחק אייזיק טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט געמאכט א מי שברך פאר אלע אייניקלעך פון זקינו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, שביעי: הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו, הוספה: הב' יואל ני"ו בן הגה"צ ר' אברהם מאיר הלברשטאם שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו 18'טע עוו. ב"פ, אחרון: הב' צבי ני"ו בן הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, מפטיר: הב' יואל דושינסקיא ני"ו, הגבה: הב' נחמן ב"ר אלעזר אונגאר ני"ו - נכד אדמו"ר מ'דאמבראווע שליט"א, גלילה: הב' שלום גראסבערג ני"ו - מאנסי, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הב' יעקב צבי הערשקאוויטש ני"ו, מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 12:20.
נאכ'ן דאווענען האט דער רב אריבערשפאצירט קיין שכונת ויואל משה אין באגלייטונג פון פילע בחורי חמד וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אין אזא לאנגע וועג צו פרעגן שאלות בכל תחומי החיים ובענינים העומדים על הפרק, אזוי אויך האט זיך פארמירט א שיינע שמועס וואו מ'האט ארומגערעדט דברי תורה און סיפורי צדיקים, במשך די וועג זענען הונדערטער תושבי העיר צוגעקומען צום רב שליט"א געבן שלום, צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד דברי שמחה ציעשנוב, הרה"ג ר' שלום ראטענבערג שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה, און נאך.
נאך ארום א האלבע שעה איז דער רב אנגעקומען צום ביהמ"ד ברך משה סיגוט בשכונת ויואל משה וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א - רב הביהמ"ד, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה.
דערנאך איז דער רב ארויף אין שטוב פון הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבנו הנולד לו למז"ט, דער רב איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות וקריאת השם, נאכ'ן ברית איז פארגעקומען א קידושא רבא, דער רב האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה, און באזונדער פאר די זיידע הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס, דערנאך האט דער רב צוריקשפאצירט לביתו וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת יום שב"ק אויף א פריוואטע פארנעם.
דרוש - די מדרש זאגט 'מכאן ששואלין ודורשין בהלכות החג ל' יום', דער רב האט ארויסגעברענגט וויאזוי מ'לערנט עס ארויס פון דעם פסוק בדרך דרוש אין די סוגיא פון 'עשה דוחה לא תעשה'. סוד - ביים דאווענען דארף מען אינזין האבן דעם שם ע"ד וואס איז די המתקה פון שם אלוקים צוזאמען מיט די שם הוי"ה וואס איז רחמים, וואס צוזאמען קומט דאס אויס הונדערט, 'מה העבודה' עבודה שבלב זו תפילה, 'זבח פסח' צושניידן פס"ח וואס דאס קומט אויס ע"ד, 'הוא לש"ם' צוזאמען מיט די שם הוי"ה. חסידות - דער רבי ר' זושא האט געזאגט אז ווען ס'וואלט געווען א מצוה זיך צו האלטן גרויס, וואלט ער עס נישט געקענט מקיים זיין, 'מ"ה העבודה הזאת לכם', פארוואס איז ענוה אן עבודה, ווייל 'זבח פסח' מ'האלט נאך א מצוה פון שחט'ן דעם קרבן פסח, און ביי א מצוה דארף זיין 'ויגבה לבו בדרכי השם', ממילא דארף מען אן עבודה צוריק זיך צו האלטן בענוה. חסידות אופן ב' - 'מה העבודה' פארוואס פעלט אויס צו דאווענען, דער באשעפער ווייסט ממילא וואס יעדע מענטש טראכט אין הארץ, 'פה סח' דער באשעפער וויל און הייסט אז מ'זאל רעדן צו אים.
מ'האט געזינגען ניגוני שב"ק, מ'האט אויפגעגעבן לעבער, דער רב האט אנגעהויבן קה אכסוף, דערנאך האט דער רב עטליכע מאל פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' זושא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג פרשת בא - ב' שבט, און אזוי אויך סיפורים ועובדות פון זקינו הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת בשלח - ו' שבט, וועם אינצווישן האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שב"ק, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו, מ'האט אויפגעגעבן פירות, און די חתנים זענען אריבער נעמען א פרי.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שמחת השלום זכר בהולדת הבן אצל בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א, דער רב האט טועם געווען און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, מ'האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רב האט מכבד געווען הב' יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א צו אנהייבן אודה לקל, מ'האט געזינגען צור משלו, מיט אז ביום השביעי האט דער רב מכבד געווען הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל בישיבתינו הק', מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין באגלייטונג פון הונדערטער בחורי חמד, בעלי בתים ואברכים, ווען דערביי נוצט מען אויס די געלעגנהייט צו פרעגן שאלות בכל תחומי החיים ובענינים העומדים על הפרק.
ביים זמן הדלקת הנרות איז דער רב אנגעקומען אין בנין הישיבה סניף דברי יואל וואו דער רב האט עוסק געווען בתורה בחדרו הפרטי.
ארום 5:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום דאווענען וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הב' משה ני"ו, בן הר"ר אלעזר מערמעלשטיין שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק בקול חוצב להבות אש כמנהג סיגוט, נאכ'ן דאווענען זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, די תלמידי הישיבה האבן דערביי אפגעגעבן א מזל טוב פאר'ן רב שליט"א לרגל די שמחה השרוי במעונו, מ'האט געענדיגט ארום 7:15, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
= סעודת ליל שבת קודש =
ארום 7:35 איז דער רב אנגעקומען צום בנין הישיבה סניף ויואל משה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט מעריך געווען די סעודתא דחקל תפוחין קדישין במשך די קומענדיגע פיר אהאלב שעה אינאיינעם מיט די אריבער טויזנט בחורים תלמידי הישיבה, דער רב האט אנגעפירט מיט די ניגונים לבית סיגוט-סאטמאר מיט א התלהבות אש קודש אריינגעבנדיג א נעימות'דיגער טעם אינעם שבת, אזוי אויך האט דער רב עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה און סיפורים ועובדות פון רבותינו הקדושים.
ביים אנקומען אויפ'ן פלאץ האט דער רב צוערשט אנגעהויבן מיט'ן באקאנטן ניגון 'גוט שבת', דערנאך האט דער רב אנגעהויבן שלום עליכם און מען האט געזינגען ווייטער די זמירות, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רב האט קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.
דער רב האט זיך געוואשן, מ'האט אויפגעגעבן די פיש, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בדברי מוסר והתחזקות, דער רב האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון מאכן א הכנה למצוה און נישט אריינפאלן אין א מצוה, און ארויסגעברענגט אז די עיקר וועג פון הכנה לתפילה איז דורך תורה אדער דורך צדקה, דערביי האט דער רב דערמאנט די באזוך אין ישיבה דאנערשטאג פארטאגס און ארויסגעברענגט דעם גרויסן קורת רוח וואס מ'האט געהאט זעענדיג ווי די תלמידי הישיבה זיצן און הארעווען און זענען זיך ממית באהלה של תורה, דער רב האט מעורר געווען אז די בחורים וואס זענען נישט געווען צווישן די וואס זענען געזעצן אין ביהמ"ד און געלערנט, זאלן זיך אויך צופלייסן און אויפשטיין פארטאגס, און פארלאנגט אז אפילו עס איז אן ענין צו גיין נאך געלט, זאל מען זעהן אז נישט אסאך בחורים זאלן גיין אויפאיינמאל, מ'זאל עס צוטיילן אין עטליכע טעג, כדי די סדר הישיבה זאל נישט שוואך ווערן, באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די באדייט פון א חסיד'ישע בחור, און ארויסגעברענגט גאר וויכטיגע נקודות אויף למעשה, און צוגעענדיגט אז מ'דארף וויסן וואו מ'באלאנגט, און זעהן זיך אוועקצושטעלן און זיך אויפצובויען.
די זמירות האט דער רב אליינס אנגעהויבן בהתלהבות אש מיטשלעפנדיג דער גאנצער ציבור אינעם ווארימען שבת'דיגער אטמאספער.
במשך די סעודה האבן זיך אנגעזעהן הונדערטער בעה"ב ואברכים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הערליכע סעודה בראשות הגה"צ דער רב שליט"א, מתובל מיט דברי תורה, מוסר והדרכה, התעוררות והתחזקות.
מ'האט אויפגעגעבן די זופ און פלייש, מ'האט געזינגען כל מקדש, דער רב האט געמאכט א לחיים, מ'האט געזינגען מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב געזאגט תורה על דרך הפרד"ס אויפ'ן פסוק 'והיה כי יאמרו אליכם בניכם מה העבודה הזאת לכם, ואמרתם זבח פסח הוא לשם', פשט אין פלפול - דער רב האט פארענטפערט על דרך הפשט די קשיא וואס אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי המתיבתא איידער'ן זיך ארויסלאזן אויף מנוחת הנפש, געבויעט אויפ'ן יסוד פונעם קול ארי' און דעם ברוך טעם אז 'אין שליחות לחצאין'.
רמז - 'מה העבודה וגו', הו"א לשם', די עבודה פון א איד איז צוריקצוברענגן דעם הו"א וואס פעלט פונעם שם הוי"ה און פונעם כס"א אזויווי ס'שטייט אין פסוק 'כי יד על כ"ס י"ה', און אזויווי די מהרש"א טייטשט אויפ'ן פסוק 'או"ה למושב לו'.
ארום 6:55 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אויף אן אומגעראכטענע באזוך אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל וואו עס לערנען די יוצאי תלמידי ישיבת דרך התורה, דער רב האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פון די תלמידים און זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע בחורים און זיך מפלפל געווען אין די לימודים, דער רב האט געשעפט גרויס קורת רוח זעענדיג ווי די בחורים לייגן אריין געוואלדיגע כוחות אין די לימודים.
דערנאך איז דער רב אריבער אין די אנדערע סניפי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און געשעפט גרויס קורת רוח, ובפרט האט דער רב זיך ארומגעדרייט צווישן די תלמידים יוצאי ישיבה לצעירים וויליאמסבורג.
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס, ארום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט התעוררות רב, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.
נאכ'ן דאווענען האט דער רב אפגעראכטן א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח, מיט ברכי נפשי האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן מדרש די וואך 'אשרי העם יודעי תרועה' און ארומגערעדט בעניני ר"ח, דער רב האט ארויסגעברענגט אז ר"ח איז פונקט ווי א נייע זמן, און מ'קען יעדע ראש חודש אנהייבן פון פריש זיך נעמען אין די הענט אריין פונקט ווי אנהייב זמן, דער רב האט ארומגערעדט די מעלה פון זיין א שבת אין ישיבה, וויפיל תורה מ'קען קונה זיין פון א שבת אין ישיבה, און מ'זאל זעהן אויסצונוצן די צייט אפילו אין די וואכן וואס מ'איז נישט אין ישיבה, און בפרט זונטאג פאר'ן דאווענען וואס איז צומאל שווער, אבער דאך דארף מען זעהן נישט צו אויסלאזן א טאג אן לערנען פאר'ן דאווענען, דערנאך האט דער רב ממשיך געווען מיט דברי מוסר והתחזקות און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורי ורמ"י הישיבה, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען דער מנהל הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 1:00 איז דער רב אנגעקומען אויף אן אומגעראכטענע באזוך אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפינט זיך אין בלומינגבערג, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קענטיגע קורת רוח בשעת וואס די בחורים האלטן אינמיטן א לענגערע רצופות לרגל שובבי"ם, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, ארום 1:30 איז דער רב אנגעקומען לביתו אין קרית יואל.
ארום 3:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.
אויפדערנאכט ארום 7:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר יחזקאל בבית מדרשינו הגדול, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
ארום 8:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.
דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מאיר יצחק ווייס הי"ו - ק"י, און מוה"ר אברהם יודא באנדא הי"ו, אין די זאלן פון כתר צבי, וואו דער רב האט געליינט תנאים.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"צ ר' אלטר לייזער שליט"א - אב"ד פשעווארסק וומ"ס, בן כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק גמזו שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר יואל אשר אנשיל הורוויץ שליט"א בן הגה"צ ר' נפתלי צבי הורוויץ שליט"א - מ'ראחוב לאנדאן, וחתן הגה"צ אבד"ק לינסק שליט"א, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די מחותנים און געהויבענע זיידעס, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג צוריק קיין קרית יואל. ~🌴~
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הייבט יעצט אן מיט'ן 'משא המעמד' ביים סיום מסכת גיטין והתחלת מסכת קידושין און ראם פון חבורת יסודי התורה אין די אימפעריעל זאל אין וויליאמסבורג. ~🌴~