🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט טבת תשפ״ה · Jan 29, 2025 · 2:23 AM
#635
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת בא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ז ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחור, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רב האט געבעטן פון די בר מצוה בחור זיך אונטערצונעמען נישט צו רעדן מיט קיין תפילין,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בר מצוה בחור און פאר די טאטע.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
ביים סוף פונעם פארמיטאג סדר זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן מזל טוב לרגל הולדת נכדו למז"ט,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

פארנאכטס ארום 5:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן רבינו תם אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.


ארום 8:45 אויפדערנאכט איז געקומען אויף א באזוך בביתו פונעם רב כ"ק אדמו"ר מסקולען וומ"ס שליט"א איינצולאדענען צום שמחת החתונה פון בנו החתן וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן מיטוואך בשלח אין מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס,
דער רב האט מכבד געווען סקולענע רבי שליט"א מיט לחיים און דערנאך ארויסבאגלייט.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 83