🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז טבת תשפ״ה · Jan 27, 2025 · 11:07 PM
#626
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת בא =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג,
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל בר"א ניישטאדט הי"ו, און פאר הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל ווערצבערגער הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די בר מצוה בחורים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רב האט געבעטן פון די בר מצוה בחורים זיך אונטערצונעמען נישט צו רעדן מיט קיין תפילין,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בחורים און פאר די טאטע'ס.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ו ע"א - פ"ז ע"א.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:30 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר מיכל וויינגארטן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ישראל יעקב בראך הי"ו - ק"י, און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל בר"א ניישטאדט הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יעקב דוד וואגשאהל הי"ו, אין די זאלן פון מנוחה ושמחה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 91