🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ד׳ אדר תשפ״ה · Mar 4, 2025 · 2:03 PM
#977
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת תצוה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ב ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 12:30.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר נפתלי כ"ץ הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר הערשל ווערטהיימער הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען צום חתונה פון החתן בן מוה"ר פישל לעבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם יוסף קליין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט זיך דער רב משתתף געווען ביים שמחת החתונה פון א אייניקל פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, החתן בן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - אב"ד סאסוב ב"פ בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מ'אלעסק ומנהל ישיבה קטנה סניף באר התורה, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די זיידעס און מחותנים הרבנים שליט"א, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט די אויבנאן.

פון דארט איז דער רב אריבער אין ביהמ"ד הגדול וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב'.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר נפתלי כ"ץ הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר הערשל ווערטהיימער הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 109
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אדר תשפ״ה · Mar 3, 2025 · 7:04 PM
#976
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תצוה =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה לוי חיים ב"ר ישראל הכהן לאנדא הי"ו וואו דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ז' ע"ב - ח' ע"ב.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און ארום 1:20 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יצחק פריעדמאן הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר יודל טייטלבוים הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.

נאך מעריב איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל צום שמחת החתונה פון החתן בן ש"ב כ"ק אדמו"ר מזאבליטוב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא זצוק"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' נטע ליבערמאן שליט"א - מ'בעסערמין ור"מ בישיבה קטנה סניף באר התורה,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים אויפ'ן אויבנאן,
האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און געהויבענע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט'ן חתן און דערנאך אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס הרבנים שליט"א.

ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול וואו עס איז פארגעקומען די חודש'ליכע בחינות אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי און חבורת יסודי התורה דקהלתינו הק' וואו הונדערטער בעלי בתים ואברכים און זקני אנשי שלומינו פארהערן זיך די בלעטער גמרא תוס' וואס מ'האט געלערנט דעם פארגאנגענעם חודש במסגרת החבורות,
דער רב האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט,
עס האט זיך פארמירט א שמועס מיט די הנהלת החבורות און מ'האט ארומגערעדט איבער די הצלחה פון ביז יעצט און די ווייטערדיגע פרטים.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר שמואל גרין הי"ו אין די זאל פון אפריון קראסנא,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יצחק פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודל טייטלבוים הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר בנציון וויינבערגער הי"ו - מאנסי, און הרה"ח ר' חיים יעקב שאהנפעלד הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ברא"י לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק אייזיק הירש הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 111
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אדר תשפ״ה · Mar 3, 2025 · 6:57 PM
#975
🌴בצל מורינו🌴
= מוצש"ק פרשת תרומה =

ארום 10:30 אויפדערנאכט איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין בית המדרש דברי יואל דקהילתינו הק' וואו עס איז פארגעקומען דעם יערליכן מלוה מלכה להחזקת הביהמ"ד,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, און ארויסגעברענגט אז מען הערט ברוך השם כסדר צוריק גאר גוטע גריסן פונעם ביהמ"ד ברוחניות ובגשמיות, און ארומגערעדט בדברי הדרכה אויף ווײטער, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' יצחק ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי"ו אין זאל פון אהל לאה,
ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' משה לוי חיים ב"ר ישראל הכהן לאנדא הי"ו בבית חמיו מוה"ר וואלף בר"א לאנדא הי"ו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 122
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אדר תשפ״ה · Mar 3, 2025 · 6:49 PM
#974
= רעוא דרעוין =

ארום 6:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל ראזענפעלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: ר' יעקב אהרן הירש הי"ו,
כהן: הר"ר יעקב ברז"ל גליק שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' שמעון צבי ווידער הי"ו - ק"י,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען אנשי שלומינו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אראפברענגענדיג די השפעות טובות משמי מעל שטייענדיג אינעם שבת קודש ראש חודש אדר שבת שקלים.

דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ויקחו לי תרומה מאת כל איש אשר ידבנו לבו' און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה און אויף די פרשה פון שקלים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון הכנה למצוה וואס איז ווי באקאנט פון ספרים הקדושים גרעסער ווי די מצוה אליינס, ארויסברענגענדיג ווי מ'זעהט אין פילצאליגע פלעצער דאס גרויסקייט פון דעם ענין,
אזויווי תוס' פרעגט פארוואס דארף מען האבן א פסוק 'אותו' ביי מצות מילה ארויסצולערנען 'ולא אותה' אז נשים זענען פטור, ס'איז דאך ממילא א מצות עשה שהזמן גרמא, און די תוס' רי"ד ענטפערט דערויף אז מ'דארף א לימוד אז נשים זענען נישט מחוייב מיט די הכנה למצוה וואס דאס האט נישט מיט קיין זמן,
און אזוי אויך זעהט מען אז דער רמב"ם זאגט אז נשים זענען אויך מחוייב צוצוהעלפן מיט'ן בויען דעם ביהמ"ק אפי' ס'איז א מצות עשה שהזמן גרמא, און די סיבה איז ווייל מ'רעדט פון צוהעלפן צום בויען וואס דאס איז א הכנה צו די מצוה, און הכנה למצוה איז נישט תלוי אין קיין זמן,
און די זעלבע געדאנק זעהט מען ביים יו"ט פורים, אז מרדכי הצדיק האט שוין איבערגעדרייט די גזירה אום פסח און המן האט געהאט א מפלה, און מיט דעם אלעם האט מען געווארט ביז חודש אדר מקיים צו זיין די מצוה פון מחיית עמלק אויסצו'הרג'ענען אלע גוים, ווייל מרדכי הצדיק האט געוואלט ווייזן אז מ'דארף זיך גרייטן צו א מצוה אפי' אזוי לאנג ווי עלף חדשים,
און ארויסגעברענגט אויף למעשה אז מען דארף זיך אפלערנען פון די נשים צדקניות וואס גרייטן זיך שוין פון אזויפיל וואכן פאראויס מיט אלע הכנות צום יום טוב פורים, און כאטשיג די קומענדיגע צוויי וואכן זאל מען זיך צוגרייטן מיט א הכנה דרבה צום יום הפורים מיט'ן אדורכלערנען די קדושות אין ספה"ק קדושת לוי, און ספה"ק בני יששכר.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז היינט האט מען בפועל מקיים געווען דעם משנה 'באחד באדר משמיעין על השקלים' כפשוטו, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זוכה זיין צו די ריכטיגע הכנה למצוה און צו אלע השפעות טובות וואס קומען אראפ אין די יעצטיגע טעג, ביז מ'וועט זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו מיט'ן טאטן זז"ג בראש בב"א.

מיט קל מסתתר האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שמואל פייפער הי"ו,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
דערנאך האט דער רב געזאגט די שבע ברכות.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יודל היימאן הי"ו,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 8:30, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 115
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אדר תשפ״ה · Mar 3, 2025 · 6:49 PM
#973
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת תרומה - שבת שקלים - שבת ראש חודש אדר =


ערש"ק ארום 6:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול,
דער רב האט געזאגט שיר השירים, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר טובי' שעהנפעלד הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בביהמ"ד הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ דקהילתינו הק',
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים בפרשת השבוע און אין די פרשה פון שקלים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול ארומרעדנדיג בעניני תפילה.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
ויהיו רחמיך: הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק',
אור פניך לכבוד שבת שקלים: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א, און מ'האט געזינגען מיט א שטארקע התעוררות,
ברכת המזון: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' לייב שרה'ס זי"ע וואס די יארצייט געפאלט אויס דעם קומענדיגן דינסטאג - ד' אדר.

מען האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר יואל בן הרב חיים ישראל גלאקסבאלד שליט"א חתן הרב אלי' פאדווא שליט"א,
דער רב האט טועם געווען און פארטיילט פאר די בעלי שמחה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
אז ביום השביעי: הר"ר נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

אום 9:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ברכות ופסוקי דזמרה: מוה"ר יואל אלטר שעהר הי"ו,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית ואמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש קודש,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו, נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הר"ר מענדל לייב מאשקאוויטש שליט"א,
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
בעל קורא: מוה"ר חיים מנחם הירש הי"ו,
כהן: ר' יושע גליק הי"ו,
לוי: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א,
שלישי: החתן משה ב"ר טובי' שעהנפעלד ני"ו,
רביעי: הר"ר יואל שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שישי: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו,
שביעי: הרה"ח ר' שלמה וואלף שעהנפעלד הי"ו,
אחרון - ראש חודש: מוה"ר יהוסף עסטרייכער הי"ו,
הגבה: מוה"ר יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו,
מפטיר - שקלים: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט געזאגט די לשם יחוד און געליינט די קריאה בהתעוררות רב,
הגבה: מוה"ר יוסף מיטטעלמאן הי"ו,
גלילה: הר"ר צבי מאיר גאטליעב שליט"א.

דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לכבוד שבת שקלים ולכבוד שבת ר"ח,
מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג מיט א שטארקע התעוררות,
פתיחה לאנעים זמירות: מוה"ר וואלף לאנדא הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:55, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 115
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אדר תשפ״ה · Mar 3, 2025 · 6:19 PM
#972
ארום 11:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און אפגעראכטן א סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט די חברי החבורה,
דער רב האט זיך געוואשן און טועם געווען פיש,
דערנאך האט דער רב מכבד געווען הר"ר אליעזר אבא פריעד שליט"א צו אויפטרעטן מיט א דרשה,
ר' אליעזר אבא האט בראש וראשון זיך באדאנקט פאר'ן רב שליט"א וואס איז גאר איבערגעגעבן זייענדיג עומד בראש פון די חבורה און איז בעובי הקורה אין אלע פרטים, ארויסברענגענדיג אז אלעס וואס מ'זעהט בקרב קהילתינו הקדושה אין וויליאמסבורג סיי ביי די בחורים און סיי ביי די יונגעלייט און אזוי ווייטער, אין די ג' עמודי עולם בתורה ועבודה וגמילות חסדים, איז נאר בכוחו פונעם רב שליט"א וואס לייגט אריין גאר שטארקע כוחות מיט געטריישאפט, און דבריו עושים פירות ווי עס דערקענט זיך אין יעדן פרט בכל דבר שבקדושה בתוך קהילתינו הק', דאס האט געברענגט וואו מ'האלט יעצט אז די קהילה איז הערליך אוועקגעשטעלט לשם ולתפארת ולתהילה, ועוד ידו נטויה ארויפברענגנדיג כסדר וואס נאך מ'קען פארבעסערן און צולייגן לטובת אנ"ש ולהרים כח התורה והחסידות בקרב הקהילה, און ער האט ממשיך געווען ארומצורעדן איבער די ענין פון חזרה.

במשך דעם סעודה האט דער רב אנגעפירט מיט די ניגונים, מ'האט געזינגען ניגוני תורה, ניגוני פורים און ניגוני שבת.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים,
דער רב האט מיט גרויס התפעלות ארויסגעברענגט רגשי לבבו נאך אזא דאווענען אינאיינעם מיט די בחורים דא וואס איז אראפגעלייגט געווארן באש להבת שלהבת, ווי מ'זעהט אז דאס זענען בחורים וואס ליגן ראשם ורובם בתורה ועבודה, מען לערנט אדורך מסכתות הש"ס און מ'איז כסדר פארנומען איבערצו'חזר'ן די בלעטער שאם ישאלך אדם אל תגמגם, "וויליאמסבורג ווייסט נישט וואס זיי פארמאגן", אזעלכע בחורים געפונען זיך נישט איבעראל, אזא דאווענען איז יחיד במינו און עס דערקענט זיך אז דאס קומט נאך אן עבודה,
און דערביי ארויסגעברענגט אז איינער וואס איז דבוק אין די תורה הק', ער האט א געשמאק אין תורה און הארעוועט דערין, אויטאמאטיש קוקט די דאווענען אזוי אויס, ס'דאווענט זיך שוין פון זיך אליינס.

דער רב האט געזאגט אז בשעת'ן דאווענען נאכ'ן צוזעהן מיט די אייגענע אויגן די כח דקדושה וואס איז דא דא צווישן די בחורים, וועט מען אי"ה גיין ווייטער, ס'איז נאך דא אזויפיל צו ארבעטן וואס מ'ווייסט נישט, מ'קען נאכנישט ארויסלייגן אלע פלענער ברבים, אבער מ'וועט אי"ה רעדן מיט ר' יצחק און אויסארבעטן וואס מ'קען נאך אלץ מוסיף זיין.

דער רב האט ארומגערעדט איבער עניני חזרה, דעם ענין פון ובלכתך בדרך, און די וויכטיגקייט פון צוזאמנעמען א גמרא ס'זאל זיין שגור על הלשון, דאס ענין פון איבער'חזר'ן א גמרא פערציג מאל כדי ס'זאל זיין כמונח בקופסא,
און בנוגע דעם קומענדיגן יום טוב פורים הבעל"ט אז די גוטע בחורים זאלן זיך האלטן שטארק און נישט אריינגעשלעפט ווערן אין די נארישע טענצעריי, און די נישט אויסגעהאלטענע אומריינע ניגונים, וואס דאס אלעס קומט פונעם קליפת הס"מ פון הוללות,
נאר פארקערט, א חסיד'ישע בחור זאל זיך גרייטן צום יו"ט פורים מיט א דערהויבענקייט, אדורכלערנען דעם ספה"ק בני יששכר אויף פורים, און די קדושות אין ספה"ק קדושת לוי, וכדומה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי הסעודה,
מיט ברכי נפשי האט דער רב מכבד געווען הר"ר נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק שווארץ הי"ו - פטרון החבורה,
מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 104
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אדר תשפ״ה · Mar 3, 2025 · 6:19 PM
#971
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת תרומה - אדר"ח אדר =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"א ע"ב - י"ב ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, און אריין בחדרו הפרטי,
שפעטער איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידי ישיבה לצעירים און תלמידי ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' חברי חבורת ותלמודו בידו וואס חזר'ן איבער די בלעטער גמרא וואס מ'האט געלערנט דורכאויס די פארגאנגענע יארן אין ישיבה,
דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די חברותות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח.

אום 8:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
בעל תפילה: הב' חיים יודא גאלדשטיין ני"ו,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הב' חיים יודא גאלדשטיין ני"ו,
כהן: הר"ר אליעזר אבא פריעד שליט"א - יו"ר חבורת ותלמודו בידו סניף וויליאמסבורג,
לוי: הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א - חבר הנהלת ממלכת התורה,
שלישי: הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הר"ר יהוסף לאוב שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף חכמת התורה,
גלילה: הב' משה פיש ני"ו,
מען האט געענדיגט ארום 10:40, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
👁 124
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ב׳ אדר תשפ״ה · Mar 2, 2025 · 1:50 AM
#967
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מנחם יודא שפילמאן הי"ו און מוה"ר שמואל ברוך שטערן הי"ו אין די זאל פון לא שאטאו,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שמעון שטערן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אליעזר זוסיא רייז הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר צבי אלימלך גליק הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר מרדכי יונה ווידער הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו - מראשי הנהלת מוסדותינו הק', אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די זיידעס און די רבנים אויפ'ן אויבנאן,
ר' יחזקאל דוד האט איבערגעגעבן פאר'ן רב א הערליכע לעדערנע באנד פון די נייע ספר 'כתבי יואל' וואס איז ערשינען לרגל די בר מצוה, און עס האט זיך פארמירט א שמועס מיט'ן מו"ל האברך ר' משה קאהן הי"ו,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בחור הבר מצוה, פאר'ן טאטן ר' יחזקאל דוד און פאר די זיידעס,
דער רב האט משמיע געווען דברי תורה בעניני בר מצוה און ארומגערעדט בעניני צדקה,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח די פילצאליגע פעולות לטובה פון ר' יחזקאל דוד וואס שטייט כסדר מיט א ברייטע האנט לעזר וסומך לכל קדשי קהילתינו הק', ובפרט יעצט ווען עס איז פארענדיגט געווארן א נייעם בנין בנדבת ר' יחזקאל דוד פאר'ן באנוץ פון די ישיבות קטנות וואס מען האט היינט פריער אין טאג באנייעט צום ערשטן מאל אפרעכטנדיג א סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט די מנהלי הישיבות און די מגידי שיעור,
דער רב האט ארומגערעדט בשבח פון די זיידעס מחשובי אנשי שלומינו דקהילתינו הק', און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

~🌴~
👁 138
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ב׳ אדר תשפ״ה · Mar 2, 2025 · 1:50 AM
#966
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת תרומה - כ"ט שבט - יומא דהילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"א ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען אין חדר א' צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן ליכט לרגל די יומדהל"ק,
דערנאך האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

ארום 5:35 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה אויפ'ן פסוק 'ויקחו לי תרומה' וואס דער אמרי נועם זאגט אז תרומה איז בגי' קול תפילה, און ארויסגעברענגט עטליכע נקודות אויף למעשה בעניני תפילה,
צווישן אנדערע האט דער רב דערציילט א עובדא וואס איז געווען ביים זיידן דער בעל הילולא ווי ער האט פארשיקט זיין הויז בחור צוליב וואס ער האט אריינגעברענגט איינעם צו אים אין שטוב פאר'ן דאווענען און דאס האט געשטערט זיין עבודה,
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די מארגנדיגע תפילת שחרית וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען אלע תלמידי הישיבה און די תלמידי ישיבות קטנות וואס חזר'ן איבער בלעטער גמרא אין ראם פון חבורת 'ותלמודו בידו', און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ארום 6:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן ליכט,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 6:50.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר שמעון שטערן הי"ו - מאנסי, עב"ג הכלה בת מוה"ר אליעזר זוסיא רייז הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר צבי אלימלך גליק הי"ו - מאנטריאל, עב"ג הכלה בת מוה"ר מרדכי יונה ווידער הי"ו - מעסקני קהילתינו הק', אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק',
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים הערש קויפמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יקותיאל הלל שפיטצער הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

שפעטער איז דער רב אנגעקומען אינעם נייעם בנין הישיבה קטנה בנין בערקאוויטש אויף העריסאן קארנער היוז סטריט וואס איז פארענדיגט געווארן אין די יעצטיגע טעג און וועט בקרוב דינען אלץ אכסניא של תורה פאר דריי פון די ישיבות קטנות דמסדותינו הק', וואו עס איז פארגעקומען א סעודת ראש חודש צוגעשטעלט דורך הנהלת ממלכת התורה דמוסדותינו הק' פאר די מנהלי הישיבה און די מגידי שיעור פון אלע סניפים,
הרה"ג ר' שבתי קעסטענבוים שליט"א - מגי"ש בקהילתינו הק' האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יוסף מייער שליט"א - ראש ישיבת מאור התורה אין ב"פ,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די מנהלים און מגידי שיעור און פאר די הנהלה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי ברכה והתחזקות ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די איבערגעגעבענע מחנכים וואס טוען אזויפיל פאר די חינוך און די הצלחה פון די תלמידים, און ארויסגעברענגט עטליכע נקודות בדברי הדרכה אויף ווײטער, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
👁 121
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ל׳ שבט תשפ״ה · Feb 28, 2025 · 4:53 PM
#965
↩ Photo
🌴בצל מורינו🌴
= זמנים לשבת קודש פרשת תרומה - שבת שקלים - שבת ראש חודש אדר =

זמן הדלה"נ: 5:32
סו"ז קרי"ש: 8:44
זמן מוצש"ק: 7:00

מנחה ערש"ק: 6:15
במשך אלע תפילות שבת קודש וועט זיין צוגעשטעלט מערערע זיץ פלעצער בהיכל הביהמ"ד פאר דעם פארמערטן ציבור בליעה"ר לכבוד שבת שקלים.

התוועדות ליל שבת קודש: 10:00 בהיכל בית מדרשינו הגדול
הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה, זקנים עם נערים, וועלן זיך צוזאמקומען להתענג מזיו נועם השבת, זינגען צוזאמען שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטן ניגוני שבת קודש, און ספעציעל ניגוני שמחה אריינטרעטנדיג יעצט אין די ימי השמחה פון חודש אדר, מען וועט הערן הערליכע דברי תורה פונעם רב שליט"א, ציצים ופרחים על פרשת השבוע ובענינא דיומא,
עס וועט זיין צוגעשטעלט מערערע זיץ און שטיי פלעצער צו קענען אקאמאדירן אלע חברי קהילתינו הק', טאטעס און קינדער, און באזונדערע פלעצער פאר רבני ודייני קהילתינו הק'.

שחרית שב"ק בבוקר: 9:15
מען וועט האבן די זכיה אז דער רב וועט יורד זיין לפני התיבה צו תפילת שחרית און מוסף, זאגן די יוצרות לכבוד שבת שקלים, און מעורר זיין אלע פארזאמעלטע מיט א הלל בוקע רקיעים, און ביים הויכפונקט וועט דער רב עולה זיין און ליינען די הייליגע קריאה פון שבת שקלים, און קריאה מעורר הזמן אראפצוברענגן השפעות טובות למען הכלל והפרט.

מנחה ושל"ס: 6:15
מען וועט ממשיך זיין מיט די פארגרעסערטע אויסשטעל וואס איז גאר פראקטיש און אהערגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן עולם קומט זיך צוזאם הערן די דברים חוצבים להבות אש, די דברי כיבושין אין די העכסטע מינוטן פונעם שבת דורכ'ן רב שליט"א,
אינאיינעם מיט'ן ציבור לאלפים וועט מען זיך דערווארעמען מיט די הייסע ניגונים, שירות ותשבחות, און אין שפיץ וועט מען הערן די התעוררות'דיגע דברי תורה וואס ווערט איבערגעגעבן מן ההר אל העם דורכ'ן רב שליט"א מיט אן אש קודש ורגש דקדושה, אויפפלאמענדיג לבבות ישראל לאביהם שבשמים.

עס וועט זיין צוגעשטעלט באסעס תיכף נאך תפילת מעריב פאר אנשי שלומינו װאס וואוינען אין די ווייטערע געגנטער.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 123
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט שבט תשפ״ה · Feb 27, 2025 · 4:17 PM
#964
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת תרומה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י' ע"ב - י"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 10:45.

ארום 3:45 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 5:15.

ארום 5:35 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף היכל התורה בהנהלת הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאכ'ן דאווענען האט דער רב משמיע געווען א דרשה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און אויף די מדרשים, און ארומגערעדט בעניני תפילה,
דער אמרי נועם זאגט אז תרומה איז בגי' קול תפילה, מ'דארף דאווענען אויפ'ן קול, אבער נישט סתם שרייען ביים דאווענען אן קיין כוונה, נאר 'את כל איש אשר ידבנו לבו', מ'דארף אינזין האבן אין הארץ וואס מ'רעדט,
תפילה איז אין פארגלייך צו א דומם, און כדי אויפצולעבן דעם דומם דארף מען עס מקשר זיין צו א מקור פון חיות, אזויווי מ'זעהט א מייק וואס ארבעט נאר ווען ס'איז באהאפטן צו די וואנט, די זעלבע זאך קען מען נאר זיך שטעלן דאווענען מיט אן ערנסטקייט ווען מען שטייט אויף פארטאגס און מ'לערנט פארדעם,
אזוי אויך קען מען זעהן בשעת'ן דאווענען די אחדות וואס אידישע קינדער האבן איינער צום אנדערן, וויפיל מ'האט אינזין א צווייטן, און צו מען דאווענט הויעך כדי מעורר צו זיין א צווייטן אזויווי דער ישמח משה זאגט אז דאס איז די גאנצע ענין פון דאווענען אויפ'ן קול, און וועגן דעם האט אויבערשטער געזאגט ויקחו לי תרומה וואס דאס איז בגי' קול תפילה נאר נאכדעם וואס די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע א לשון רבים אז זיי גייען זיך אויפפירן באחדות.
דער רב האט זיך באצויגן צו די אסיפה וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם זונטאג בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען אלע עלטערן פון תלמידי מוסדותינו הק' און מ'האט אוועקגעשטעלט גדרים וסייגים אין די נושא פון טעכנאלאגישע כלים למען הצלת דורותינו,
מ'האט גערעדט אין אלע ישיבות דערוועגן, און די בחורים זאלן זיך צושטעלן צו אלעס וואס מען הייסט, כדי צו קענען שטיין ווי א חומה בצורה אין די גוי'אישע גאס פעלזן פעסט מיט אונזער אידישקייט און נישט נאכלאזן קיין זיז כל שהוא.

דער רב האט אויסגעפירט מ'זאל זעהן אז דעם יום טוב פורים וואס איז ממשמש ובא זאל אריבערגיין רואיג, מ'זאל זיך אויפפירן איידל, און מ'זאל פאלגן אלעס וואס די הנהלת הישיבה הייסט,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל זוכה זיין צו ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתך באהבה,
מ'האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 120
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט שבט תשפ״ה · Feb 27, 2025 · 2:43 PM
#963
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת תרומה =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה און ישיבה קטנה שביל התורה אין ביהמ"ד אמרי נועם אין קרית יואל בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.

מיר לייגן דא ארויף די באריכט אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש, ותשואות חן חן להם.


דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אויף די דזיקוב גאס אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה דרך התורה בהנהלת הר"ר יואל אפענהיים שליט"א און ישיבה שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע שטייען ביידע בהדרכת הגה"צ אב''ד ור''מ וומ''ס שליט"א,
ביים אנקומען אין ביהמ"ד איז דער רבי צום ערשט אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב''ד ור"מ שליט"א, פאר די מנהלים שליט"א, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' וואס די בעל הטורים זאגט אז תרומה איז די אותיות תורה מ', און די אמרי נועם זאגט אז ס'איז בגי' קול תפילה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די ישיבה אז מען לייגט גאר א שטארקע דגוש, אויפצושטיין פארטאגס און לערנען פארן דאווענען, און מיט דעם איז מען מקיים ביידע סיי תורה און סיי תפילה ווייל א תפילה נאכן לערנען האט סאך א גרעסערע כח,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די מעלה פון אוועקפארן פונדערהיים צו א ישיבה, וויבאלד ווען מ'איז אינדערהיים איז שווערער צו לערנען אזויווי די וועלט זאגט ו"הם" לא ידעו דרכי, און מאריך געווען בשבח פון די ישיבה, ויקחו לי תרומה זאגט רש"י אז תרומה מיינט הפרשה זיך אפשיידן, אז מען פארט אוועק לערנען איז מען אויסגעטוהן און אפגעשיידט פון די וועלט, מ'האלט נישט מיט די נארישקייטן, מ'שווימט אין ים התלמוד, נאר אזוי קען מען עוסק זיין בתורה ותפילה,

דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה לימי הפורים זאגענדיג אז מדארף זיכער מאכן צו בלייבן מיט א הפרשה, נישט זינגען קיין נישט ערליכע ניגונים זיך אויפפירן איידל ווי עס פאסט פאר ערליכע בחורים וכדו',
דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז מהאלט שוין ביי חודש אדר און יעדער דארף זיך מאכן א חשבון וואס מהאט שוין אויפגעטוהן זייט חודש חשון און איבערחזרן אלע לימודים וואס מ'האט געלערנט דעם גאנצן זמן, כדי סוף זמן זאל מען האבן קונה געווען די לימודים,
און דער רבי האט פארענדיגט בברכת קדשו פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר די מנהלים שליט"א און פאר אלע בחורים.


מ'האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אין די פארנאכטס שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.

ארום 9:15 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יוסף חיים טרעביטש הי"ו און מוה"ר אבא חייא ניישטאדט הי"ו אין די זאלן פון פרדס יואל, וואו דער רב האט געליינט תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר וואלף בער רעטעק שליט"א און מוה"ר יעקב קאהן הי"ו אין די זאל פון כתר צבי, וואו דער רב האט געליינט תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים דער אבי החתן הר"ר יצחק טובי' מייזליש שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ ר' יעקב ישראל שליט"א - אב"ד באבוב בת ים, וחתן הרה"ג ר' אלי' קופערמאן שליט"א - אב"ד סאכאטשוב, און דער אבי הכלה הר"ר מאיר יוסף גרויס שליט"א בן הרה"צ ר' אלי' שליט"א - מ'קערעסטיר בערבעשט, וחתן הר"ר יעקב צבי פריעדמאן שליט"א, אין די זאלן פון עדן לאנדא.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 126
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ז שבט תשפ״ה · Feb 25, 2025 · 8:02 PM
#961
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת תרומה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ט' ע"ב - י' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:45.

אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 5:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

דערנאך איז דער רב אריין אין איינער פון די כתות וואו עס זענען אריינגעגאנגען די תלמידי שיעור ג' צוטיילט אין עטליכע חבורות און זיך פארהערט הלכות בשר בחלב,
די בחורים האבן אדורכגעלערנט דעם סוגיא במשך די פארגאנגענע יאר אין שיעור ב', און במשך ליל שישי אין די פארגאנגענע וואכן פון שובבי"ם אריינגעלייגט גאר שטארקע כוחות איבערצו'חזר'ן די לימודים אויף וואס מ'האט זיך יעצט געשטעלט על כור המבחן ביים רב,
דער רב האט פארהערט די תלמידים פאר איבער א שעה צייט און געשעפט גרויס קורת רוח פון די בהירות מיט וואס די בחורים האבן געענטפערט אויף יעדן שאלה זייענדיג אויסגעקאכט אינעם גאנצן סוגיא כמונח בקופסא,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 6:45.

ארום 7:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די בלומענבערג געגנט,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי הישיבה,
צום ערשט האט דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון יראת שמים, ווייל אויב מען האט נישט קיין יראה איז די תורה גארנישט ווערד, און ארויסגעברענגט אז עס קומט שוין חודש אדר, עס קומט שוין דעם יום טוב פורים, מ'דארף זעהן צו זינגען ערליכע ניגונים, מ'דארף זיין איידל, מ'זאל חס ושלום נישט צוקומען צו קיין הוללות.

דער רב האט ארומגערעדט דברי הכנה צו די מארגנדיגע שחרית וואו מען וועט האבן די זכיה צו דאווענען מיט'ן רבי'ן שליט"א, און ארויסגעברענגט וויפיל מ'קען אלץ קונה זיין, און מ'זאל זעהן אויסנוצן דעם געלעגנהייט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, דאן איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה אריינצוגיין צום רב און זיך דורכרעדן פריוואטע ענינים וואס איז נוגע אין פערזענליכן לעבן,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 8:20.

ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען לביתו אין קרית יואל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 128
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ז שבט תשפ״ה · Feb 25, 2025 · 5:14 PM
#960
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תרומה =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ו' ע"ב - ח' ע"א.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און ארום 1:20 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 9:40 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען צום אסיפה גדולה פאר אלע הורי תלמידי מוסדותינו הק' למען הצלת דורותינו מפגעי הטעכנאלאגיע, וואו עס זענען געווען פארזאמעלט אלע עלטערן פון די תלמידי התלמוד תורה, בחורי הישיבות קטנות, און ישיבה לצעירים,
הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה ארויסברענגענדיג די שעדליכקייט פון די כלים מיט ערשטהאנטיגע מעשיות ביודעיו ומכיריו.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דעם חובת השעה ארויסברענגענדיג מיט דברים קילורין לעינים די הארבקייט און שעדליכקייט פון די כלים הטמאים,
ר' אלעזר יונה האט גאר שיין מסביר געווען די פראבלעמען דערפון, און מ'דארף וויסן אז דאס איז מעשיות וואס געשעהט ביי היימישע אידן בתוכינו, ס'איז נישט עפעס א ווייטע זאך וואס געשעהט נאר ביי אנדערע קרייזן.

דער רב האט בעיקר ארומגערעדט איבער די כלים וואס מ'געבט איבער פאר די קינדער, וויפיל חורבנות דאס האט שוין געברענגט, און ארויסגעברענגט אז אויב מ'האט א משפחה טעלעפאון, זאל מען זיכער מאכן אז עס האט נישט קיין טעקסט, און אזוי אויך די כלים צו הערן מוזיק זאל מען זעהן אז ס'זאל זיין אונטער די וועד הקהילות, ס'זאל זיין כשר בתכלית הכשרות וההידור, מ'קען דערקענען אויף א בחור אין ישיבה וועלכע כלים ער האט און מיט וואס ער דרייט זיך, מיר דארפן אפהיטן אונזערע קינדער זיי זאלן נישט אריינגעשלעפט ווערן אין די אלע פראבלעמען וואס זענען ליידער דא, און בכלליות זאל מען זעהן נישט אריינצוברענגן די כלים הטמאים אין שטוב, אפי' אויב מען האט א היתר אז מען דארף עס האבן לצורך פרנסה וואס דאס איז א באזונדערע נושא פאר זיך, אבער אין שטוב זאל מען עס נישט אריינברענגן, ס'האט שוין אזויפיל משפחות שאדן געמאכט און צוגרונד געלייגט,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זיך קענען האלטן שטארק און בקרוב גיין קעגן גואל צדק מיט'ן טאטן זז"ג בראש בב"א.

עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א - מנהל רוחני במוסדותינו הק', און ארויסגעברענגט אויף למעשה די סיכום הדברים פונעם אסיפה.

דער רב האט זיך באגריסט מיט אלע מנהלים און מחנכים אויפ'ן אויבנאן, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 112
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ה שבט תשפ״ה · Feb 23, 2025 · 2:15 PM
#951
= רעוא דרעוין =

ארום 5:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר שמואל קליין שליט"א,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו,
בעל קורא: הר"ר שמואל קליין שליט"א,
כהן: מוה"ר פנחס פריעדמאן הי"ו מנאמני בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
לוי: הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
שלישי: הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הב' החתן בצלאל ב"ר משה בראך ני"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו מראה"ק והמוסדות,
שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אויפפלאמענדיג די הערצער פון אידישע קינדער לאבינו שבשמים אין די יעצטיגע וואכן פון די ימי השובבי"ם.

דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים בפרשת השבוע, און ארומגערעדט בעניני תשובה, ארויסברענגענדיג אז ווען א איד טוט א עבירה וועט דער אויבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו עס נישט רעכענען אזויווי ער האט עס געטוהן, נאר דער יצר הרע איז שולדיג, אבער מיט דעם אלעם ווען א איד טוט תשובה און איז מקיים תורה ומצוות וועט עס דער אויבערשטער יא רעכענען פאר אים, אפילו באמת איז אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו.

דער רב האט מאריך געווען איבער די חומר הענין פון ארויסנעמען כלים טמאים אין ביהמ"ד, און נאכגעזאגט אז בזמן הזה האט א ביהמ"ד די קדושה פונעם בית המקדש, און ממילא אפי' לאמיר זאגן אז ס'איז שוין יא מותר לצורך פרנסה וכדו', טאר מען עס נאכאלץ נישט אריינברענגן אין ביהמ"ד,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס שטערט די תפילות פון ארויפגיין למעלה, און עס ברענגט אריין שלעכטע מלאכים אין ביהמ"ד, וויבאלד די מהרש"א זאגט אז ווען מען טראכט פון טוהן מצוות ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט עס אויספירן, און די זעלבע זאך איז מיט אן עבירה, און ממילא אז מען ברענגט אריין די כלים אין ביהמ"ד וואס דאס קומט מיט שלעכטע מחשבות, ברענגט עס אריין די שלעכטע מלאכים אין ביהמ"ד,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הר"ר אלחנן חיים הורוויץ שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה,
קל מסתתר: מוה"ר אפרים פישל לעבאוויטש הי"ו,
שושנת יעקב: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר משה בראך הי"ו,
נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 8:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' אנשיל טירנויער הי"ו וואס זיצט שבעה ע"פ אחיו הרה"ח ר' יצחק ע"ה,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטע וואך.
~🌴~
👁 132