🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אדר תשפ״ה · Mar 3, 2025 · 6:49 PM
#974
= רעוא דרעוין =

ארום 6:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל ראזענפעלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: ר' יעקב אהרן הירש הי"ו,
כהן: הר"ר יעקב ברז"ל גליק שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' שמעון צבי ווידער הי"ו - ק"י,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען אנשי שלומינו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אראפברענגענדיג די השפעות טובות משמי מעל שטייענדיג אינעם שבת קודש ראש חודש אדר שבת שקלים.

דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ויקחו לי תרומה מאת כל איש אשר ידבנו לבו' און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה און אויף די פרשה פון שקלים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון הכנה למצוה וואס איז ווי באקאנט פון ספרים הקדושים גרעסער ווי די מצוה אליינס, ארויסברענגענדיג ווי מ'זעהט אין פילצאליגע פלעצער דאס גרויסקייט פון דעם ענין,
אזויווי תוס' פרעגט פארוואס דארף מען האבן א פסוק 'אותו' ביי מצות מילה ארויסצולערנען 'ולא אותה' אז נשים זענען פטור, ס'איז דאך ממילא א מצות עשה שהזמן גרמא, און די תוס' רי"ד ענטפערט דערויף אז מ'דארף א לימוד אז נשים זענען נישט מחוייב מיט די הכנה למצוה וואס דאס האט נישט מיט קיין זמן,
און אזוי אויך זעהט מען אז דער רמב"ם זאגט אז נשים זענען אויך מחוייב צוצוהעלפן מיט'ן בויען דעם ביהמ"ק אפי' ס'איז א מצות עשה שהזמן גרמא, און די סיבה איז ווייל מ'רעדט פון צוהעלפן צום בויען וואס דאס איז א הכנה צו די מצוה, און הכנה למצוה איז נישט תלוי אין קיין זמן,
און די זעלבע געדאנק זעהט מען ביים יו"ט פורים, אז מרדכי הצדיק האט שוין איבערגעדרייט די גזירה אום פסח און המן האט געהאט א מפלה, און מיט דעם אלעם האט מען געווארט ביז חודש אדר מקיים צו זיין די מצוה פון מחיית עמלק אויסצו'הרג'ענען אלע גוים, ווייל מרדכי הצדיק האט געוואלט ווייזן אז מ'דארף זיך גרייטן צו א מצוה אפי' אזוי לאנג ווי עלף חדשים,
און ארויסגעברענגט אויף למעשה אז מען דארף זיך אפלערנען פון די נשים צדקניות וואס גרייטן זיך שוין פון אזויפיל וואכן פאראויס מיט אלע הכנות צום יום טוב פורים, און כאטשיג די קומענדיגע צוויי וואכן זאל מען זיך צוגרייטן מיט א הכנה דרבה צום יום הפורים מיט'ן אדורכלערנען די קדושות אין ספה"ק קדושת לוי, און ספה"ק בני יששכר.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז היינט האט מען בפועל מקיים געווען דעם משנה 'באחד באדר משמיעין על השקלים' כפשוטו, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זוכה זיין צו די ריכטיגע הכנה למצוה און צו אלע השפעות טובות וואס קומען אראפ אין די יעצטיגע טעג, ביז מ'וועט זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו מיט'ן טאטן זז"ג בראש בב"א.

מיט קל מסתתר האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שמואל פייפער הי"ו,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
דערנאך האט דער רב געזאגט די שבע ברכות.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יודל היימאן הי"ו,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 8:30, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 115