🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ז שבט תשפ״ה · Feb 25, 2025 · 5:14 PM
#960
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תרומה =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ו' ע"ב - ח' ע"א.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און ארום 1:20 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 9:40 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען צום אסיפה גדולה פאר אלע הורי תלמידי מוסדותינו הק' למען הצלת דורותינו מפגעי הטעכנאלאגיע, וואו עס זענען געווען פארזאמעלט אלע עלטערן פון די תלמידי התלמוד תורה, בחורי הישיבות קטנות, און ישיבה לצעירים,
הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה ארויסברענגענדיג די שעדליכקייט פון די כלים מיט ערשטהאנטיגע מעשיות ביודעיו ומכיריו.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דעם חובת השעה ארויסברענגענדיג מיט דברים קילורין לעינים די הארבקייט און שעדליכקייט פון די כלים הטמאים,
ר' אלעזר יונה האט גאר שיין מסביר געווען די פראבלעמען דערפון, און מ'דארף וויסן אז דאס איז מעשיות וואס געשעהט ביי היימישע אידן בתוכינו, ס'איז נישט עפעס א ווייטע זאך וואס געשעהט נאר ביי אנדערע קרייזן.

דער רב האט בעיקר ארומגערעדט איבער די כלים וואס מ'געבט איבער פאר די קינדער, וויפיל חורבנות דאס האט שוין געברענגט, און ארויסגעברענגט אז אויב מ'האט א משפחה טעלעפאון, זאל מען זיכער מאכן אז עס האט נישט קיין טעקסט, און אזוי אויך די כלים צו הערן מוזיק זאל מען זעהן אז ס'זאל זיין אונטער די וועד הקהילות, ס'זאל זיין כשר בתכלית הכשרות וההידור, מ'קען דערקענען אויף א בחור אין ישיבה וועלכע כלים ער האט און מיט וואס ער דרייט זיך, מיר דארפן אפהיטן אונזערע קינדער זיי זאלן נישט אריינגעשלעפט ווערן אין די אלע פראבלעמען וואס זענען ליידער דא, און בכלליות זאל מען זעהן נישט אריינצוברענגן די כלים הטמאים אין שטוב, אפי' אויב מען האט א היתר אז מען דארף עס האבן לצורך פרנסה וואס דאס איז א באזונדערע נושא פאר זיך, אבער אין שטוב זאל מען עס נישט אריינברענגן, ס'האט שוין אזויפיל משפחות שאדן געמאכט און צוגרונד געלייגט,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זיך קענען האלטן שטארק און בקרוב גיין קעגן גואל צדק מיט'ן טאטן זז"ג בראש בב"א.

עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א - מנהל רוחני במוסדותינו הק', און ארויסגעברענגט אויף למעשה די סיכום הדברים פונעם אסיפה.

דער רב האט זיך באגריסט מיט אלע מנהלים און מחנכים אויפ'ן אויבנאן, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 112