🌴בצל מורינו🌴 = דינסטאג פרשת כי תשא 6:30 נאמיטאג ארטיגע זייגער, 1:30 ניו יארק'ע זייגער =
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אן בהיכל הישיבה קטנה וואו דער רב וועט דאווענען תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און דערנאך אפרעכטן א מסיבת לחיים.
🌴 בצל מורינו 🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בן ש"ב כ"ק אדמו"ר מזאבליטוב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא זצוק"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' נטע ליבערמאן שליט"א - מ'בעסערמין ור"מ בישיבה קטנה סניף באר התורה, פארגאנגענעם זונטאג תצוה אין די זאל פון אימפעריעל.
🌴בצל מורינו🌴 = דינסטאג פרשת כי תשא 2:50 נאכמיטאג אין אנטווערפן, 9:50 אינדערפרי אין ניו יארק =
אין די יעצטיגע מינוטן קומט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אן לבית האכסניא אין שטאט אנטווערפן.
אום 5:45 נאכמיטאג ארטיגע זייגער וועט דער רב אנקומען אויף א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים בהיכל הכולל און משמיע זיין א שיעור אין די סוגיא וואס מ'איז עוסק, דערנאך וועט דער רב אנקומען בהיכל הישיבה קטנה דקהילתינו הק' וואו עס וועט פארקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים און דער רב וועט משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך וועט דער רב אריבערגיין צו די נייע קאך וואס איז געבויט געווארן דורך די הנהלת הקהילה פאר די באנוץ פון די ישיבה קטנה און צו מאכן ביליגע שמחות.
= בזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה = ~🌴~
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ד ע"ב - ט"ו ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 5:35 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
נאך מנחה איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי וואו עס זענען אריין די גבאים פון אלע סניפי ישיבה קטנות פון די נייע חבורה 'קדושת יו"ט' וואס דער רב האט געגרינדעט, צו לערנען די ספרי רבותינו הקדושים איידער די ימים טובים, און דער רב האט משמיע געווען קורצע דברי הדרכה, דער רב האט אויסגעשמועסט די וויכטיגקייט פון די חבורה און געבעטן זיכער צו מאכן אריינצונעמען אלע בחורים אין די חבורה, און אנגעוואונטשן ס'זאל זיין מיט הצלחה, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים יושע פאלקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יושע בער סאמעט הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
= כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =
ארום 8:30 האט דער רב פארלאזט מעונו אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום JFK לופטפעלד פון וואו דער רב האט זיך געהויבן אום 11:00 אויפ'ן וועג קיין אנטווערפן, די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם AMS לופטפעלד אין האלאנד ארום 11:40 פארמיטאג ארטיגע זייגער, (6:40 ניו יארק'ע זייגער).
ארום 9:00 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.
ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י' ע"א - י"ב ע"א.
ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף נזר התורה בהנהלת הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א, ביים אנקומען האט דער רב צום ערשט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים, און ארומגערעדט בעניני יום טוב פורים הממשמש ובא, דער רב האט גערעדט איבער די נייע חבורה 'קדושת יו"ט' וואו מ'וועט לערנען ספה"ק לקראת די ימים טובים, און געבעטן די בחורים זיך צו אנשליסן אינעם חבורה וואס דורכדעם וועט די צוגאנג צו א יום טוב אויסזעהן אינגאנצן אנדערש, דער רב האט געזאגט אז חברא חברא אית ליה און געבעטן אז מ'זאל עס איבערגעבן ווייטער פאר אלע בחורים תלמידי ישיבתינו הקדושות.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די וועג וויאזוי א חסיד'ישע בחור דארף זיך אויפפירן אום פורים, מיט אן איידלקייט און חס ושלום נישט מיט קיין הוללות, באזונדער זאל מען זעהן צו לערנען כאטשיג א שעה יעדן טאג פון מיטוואך ביז זונטאג, עס טאר נישט אריבערגיין א טאג אן תורה, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב, מ'האט געענדיגט ארום 6:45 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר אברהם משה לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברא"י ווייס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל יעקב פיש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יוסף אהרן רובין הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל, דערנאך אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אברהם משה לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ווייס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר יואל שטערן שליט"א, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר בעריש פריעד הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
ארום 6:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר הערשל כ"ץ הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: מוה"ר יצחק פריעדמאן הי"ו - ק"י, לוי: מוה"ר חיים מענדל פריעדמאן הי"ו, שלישי: מוה"ר אברהם הערש שעהר הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: מוה"ר בצלאל משה בר"מ גאלדבערגער הי"ו.
נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, שיר המעלות: מוה"ר חיים יושע פאלקאוויטש הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים בפרשת השבוע און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה און אויף די פרשה פון זכור, דער רב האט ארויסגעברענגט אז געווענליך א מצוה דארף מען פארגעסן אז מ'האט עס געטוהן און זיך נישט גרויס האלטן דערמיט, אבער ביי מחיית עמלק איז דא אן ענין פון 'לא תשכח' כדי מ'זאל זיך דערמאנען פארוואס עמלק איז געקומען ווייל ס'איז געווען רפוי ידים מן התורה, און דורכדעם וועט מען זעהן זיך צו האלטן שטארק מקיים צו זיין תורה ומצוות.
דער רב האט נאכגעזאגט אז דער טאטע זז"ג טוט אויף אין זיין ספר לב אהרן וויאזוי מען האט געקענט הרג'ענען עמלק אפילו ס'איז געווען שבת, און צוגעלייגט אז די טעם פארוואס מ'טאר נישט הרג'ענען אום שבת איז ווייל די ד' מיתות איז א תיקון פאר א מענטש און ס'איז א פראבלעם פון מתקן מנא, אבער עמלק וועט ממילא נישט האבן קיין תיקון, ממילא האט מען זיי יא געמעגט הרג'ענען אום שבת.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז היות מ'האט מלחמה געהאלטן מיט עמלק אום שבת האט מען נישט געקענט פאסטן אזויווי געווענליך ביי א מלחמה, און דעריבער פאסט מען יעדעס יאר תענית אסתר כדי מתקן צו זיין דעם ענין אזויווי תיקון ליל שבועות איז מען אויף מתקן צו זיין דאס וואס די אידן זענען פארשלאפן, והא ראי' אז חנוכה האט מען אויך מלחמה געהאלטן און מען פאסט נישט יעדעס יאר, ממילא פארשטייט מען פארוואס די חיוב פון ליינען די פרשה פון זכור איז פונקט אום שבת קודש, און מיט דעם אויסגעטייטשט די מדרש, 'זכור את יום השבת לקדשו, זכור את אשר עשה לך עמלק, היאך יתקיימו שניהם'.
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם זיידן ז"ל דער ייטב לב אז שבת האט מען געגעבן די תורה און יעדע וואך שבת קען מען זוכה זיין אויסצורייסן דעם יצר הרע, און דאס וואס מ'זעהט אז עס געשעהט נישט איז צוליב וואס מ'האט זיך נישט ריכטיג צוגעגרייט, און ממילא דאס יאר וואס דעם יום טוב פורים ווען ס'איז געווען הדר קבלוה געפאלט אויף א פרייטאג, און נאכדעם קומט א שבת וואס מ'האט מקבל געווען די תורה, האט מען צוויי טעג אין א ציה וואס מ'קען אריינלייגן כוחות און אויסרייסן דעם יצר הרע אויב מ'גרייט זיך ריכטיג צו דערצו, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב מ'זאל טאקע קענען מאכן די ריכטיגע הכנה און זוכה זיין צו אלע השפעות טובות וואס קומען אראפ.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, שושנת יעקב: מוה"ר יודל טייטלבוים הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', דערנאך האט דער רב געזאגט די שבע ברכות.
דערנאך האט דער רב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד, מ'האט געענדיגט ארום 8:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= מוצאי שבת קודש =
מוצש"ק האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר אשר זעליג בלייך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שמעון שווארץ הי"ו, וואס איז פארגעקומען בבית בנו, און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר משה בראך הי"ו - וומ"ס, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', וואס איז פארגעקומען בבית זקינו הרה"ח ר' שמואל בראך הי"ו, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
ערש"ק ארום 6:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, דער רב האט געזאגט שיר השירים, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 8:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בביהמ"ד הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען חשובי אנשי שלומינו הנאספים, מ'האט געזינגען כל מקדש, דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, אויפ'ן פסוק 'ואתה תצוה את בני ישראל' בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט אויף צוויי מהלכים בדרך דרוש ופלפול ארויסברענגענדיג צווישן אנדערע אז מ'דארף אייביג אין יעדן זמן דינען דעם אויבערשטן מיט התלהבות.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', ויהיו רחמיך: מוה"ר דוד בראווער הי"ו - לאנדאן, ברכת המזון: הרב אהרן הערש וועבער הי"ו - פ"ר דקהילתינו הק'.
מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, מ'האט געזינגען ניגוני שבת און ניגוני פורים, דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - ז' אדר.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר יואל בן מוה"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו, דער רב האט טועם געווען און פארטיילט פאר די בעלי שמחה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, דערנאך איז דער ציבור אריבער א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מוה"ר משה יודא הירש הי"ו, בעל תפילה שחרית: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: מוה"ר אברהם משה לאנדא הי"ו, און מוה"ר יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו - ק"י, בעל קורא: ר' יעקב אהרן הירש הי"ו כהן: החתן יושע ב"ר יצחק פריעדמאן ני"ו, לוי: מוה"ר ר' יואל ברא"י ווייס הי"ו, שלישי: החתן אשר לעמיל ב"ר אברהם משה לאנדא ני"ו - באווארפן, רביעי: הרה"ח ר' יעקב שמואל טייטלבוים הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, שישי: הר"ר משה אלי' גראס שליט"א, שביעי: הרב אהרן הערש וועבער הי"ו - פ"ר דקהילתינו הק', גלילה: מוה"ר יודל טייטלבוים הי"ו, מפטיר - זכור: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט געזאגט די לשם יחוד און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעוררות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו - ק"י, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג צו די קידוש לרגל די עלי' לתורה פון החתן אשר לעמיל ב"ר אברהם משה לאנדא ני"ו, און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה, ארום 12:35 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
מטעם בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ווערט געמאלדן אז מארגן מאנטאג וועט זיך דער רב שליט"א ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין אנטווערפן נאך וואס ידידו כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א האט פערזענליך איינגעלאדנט דעם רב זיך צו באטייליגן ביים היסטארישן שמחה בביתו בנישואי נכדתו הכלה היתומה בת הגה"צ ר' נחמן כהנא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא בני ברק שליט"א, דער רב וועט זיך משתתף זיין ביים פריוואטן שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
אזוי אויך וועט דער רב אפשטאטן א קורצע ביקור חיזוק בקרב קהילתינו ומוסדותינו הקדושה אין שטאט בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דינסטאג פארמיטאג וועט דער רב אנקומען בהיכל הישיבה קטנה דמוסדותינו הק' וואו עס וועט פארקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים און דער רב וועט משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה פאר די תלמידי הישיבה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט דער רב אנקומען בהיכל כוללינו אויף א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט די אברכי הכולל, דער רב וועט פארלערנען א שיעור אין די סוגיא וואס מ'איז עוסק אין כולל, און משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה פאר די לומדי הכולל.
דער רב שליט"א איז ערווארטעט זיך ארויסצולאזן דינסטאג אויפדערנאכט אויפ'ן וועג צוריק קיין ניו יארק. מער פרטים וועלן נאכפאלגן.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ד ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב'.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ג ע"ב י"ד ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
דערנאך ארום 8:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א', ביים ליינען איז דער רב געגאנגן הגבה.
דער רב איז געווען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר אברהם שמחה גאטליעב הי"ו עב"ג בת מוה"ר יחיאל מיכל מייזעלס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר מענדל פריעדמאן הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת הר"ר יוסף אלי' לעווי שליט"א אין די זאל פון אימפעריעל, און ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר אליעזר זוסיא ראזענבערג הי"ו עב"ג בת מוה"ר אברהם יושע גראס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
שפעטער ביינאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ג ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:00 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 4:20 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד, ארום 6:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 6:45 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו, ביים חופה פון החתן בן מוה"ר משה הערש סופר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יחיאל שרגא שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון גינת אסתר, ביים חופה פון החתן בן מוה"ר טובי' שעהנפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יהוסף עסטרייכער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.
שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר פנחס יעקב מיללער שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר משה אלי טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ ר' ירמי' שליט"א וחתן הגה"צ ר' יושע לייפער שליט"א - אב"ד באר משה פרעמישלאן מאנסי, אין די זאלן פון פרדס יואל, צוגעשטעלט דורך די זיידע הרה"צ ר' ירמי' שליט"א, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר טובי' שעהנפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יהוסף עסטרייכער הי"ו.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ב ע"ב - י"ג ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:00.
ארום 4:30 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט צוויי בחורים בהיכל הביהמ"ד, ארום 5:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר דברי יואל בבית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק', און דערנאך צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, און שפעטער ארום 6:45 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר אברהם ברז"ל גליק הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברמ"ל גליק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
פון דארט איז דער רב אריבער אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק' וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר דוד יושע הירש הי"ו - ב"פ, עב"ג הכלה בת מוה"ר הלל קליין הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל, ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל פעלבערבוים הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
דערנאך האט זיך דער רב איז ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי וואו דער רב האט זיך משתתף געווען ביים שמחת החתונה פון אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, החתן בן הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' דוד דוב האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א און מיט די איבריגע רבנים אויפ'ן אויבנאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די זיידעס האדמורי"ם שליט"א, האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און די זיידעס האדמורי"ם והרבנים שליט"א, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט די אויבנאן.
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ק"י, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו - חבר הנהלת קהילתינו הק' ק"י, בן הגה"ח שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א - משב"ק, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, װאס איז פארגעקומען בבית בנו, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר עקיבא ווייס הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר יעקב מיטטעלמאן הי"ו אין די זאל פון גינת קליין, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.